Letter # 3212

כ' טבת, תשט"ו

3212 -I was so happy to read of the reconciliation. I hope this will help spreading the wellsprings.

Your appointment as Gabai is by divine providence to fulfil Hashem’s will to increase light as the sun sets.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

[כ' טבת, תשט"ו]

בשמחה האב איך באקומען אייער בריף פון זאת חנוכה, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער התועדות - פארבריינגען פון יום הבהיר י"ט כסלו חג גאולתינו ופדות נפשינו.

און, זעלבסטפארשטענדליך מיט א באזונדער שמחה צו זעהן אין אייער בריף דעם קירוב הלבבות וואס עס איז געווארען, און בפרט לגבי דעם וואס איר האט געשריבען אין אייערע פריערדיקע בריף, און אין דעם איז אויך די סייעתא פון דעם בעל השמחה פון י"ט כסלו, ווי דער אלטער רבי שרייבט אין זיין בריף בנוגע צו זיין גאולה, וועלכע איז געווען דענסטמאל ווען ער האט געזאגט דעם פסוק פדה בשלום נפשי (וואס אזוי איז אויך געווען בא זיין זון דעם מיטעלען רבי'ן).

און איך האף אז דער קירוב הלבבות וועט זיך אויסדריקן אויך בהפצת המעינות חוצה. אין אנדערע ווערטער, אז מען זאל דאס ממשיך זיין און צוציהען אויך אזעלכע וועלכע, לעת עתה, געפינען זיך נאך אין חוצה, און אויך זיי מזכה זיין מיט די מעינות פון בעל שם טוב ותלמידיו ורבנו הזקן ותלמידיו.

ואשרי חלקו, וואס איר קענט טאן אין דעם ניט נאר אלס איש פרטי נאר אלס גבאי, ד.ה. אלס ממונה אויף מערערע אידען, וואס יעדער התמנות איז דאך בהשגחה פרטית העליונה. ובמילא צו דינען אויך אויף משלים זיין דעם רצון העליון אז - משתשקע החמה זאל זיין מוסיף והולך, ביז אז עס זאל ווערן אזויפיל ליכטיג אז לילה כיום יאיר.