Letter # 3080

None

3080

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ה' כסלו, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 11/27 אין וועלכער איר שרייבט וועגען דער שוואכקייט פון דעם לערנען און אז די צייט ווערט צוריבען.

איינע פון די עצות איז צו לערנען בחברותא לכל הפחות מיט נאך איינעם, וואס א חוץ וואס תורה נקנית בדבוק חברים, איז דאס אליין וואס מען רעט זיך אפ צו טרעפען מיט נאך איינעם, בינדעט דאס מער און שטארקער. ומטעם זה מובן אז אויב אפילו ניט שטענדיג איז דער זעלביגער, ועל אחת כמה וכמה ניט די אלע עטליכע, אבער ווייניגסטען אויב אפילו זיי בייטען זיך איז דאס בעסער איידער אליין אן דעם. ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

ובקשר עם כתבו אודות מצב זוגתו תחי', הנה אכפול ברכתי אשר השי"ת ימלא ימי הריונה כשורה ובנקל ותלד זחו"ק בעתה ובזמנה כשורה ובקל.

בברכה.