Letter # 2863

ח"י מנחם אב, ה'תשי"ד

2863 - A small opening to Hashem opens up blessings as wide as the Ulam that never shut.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ח"י מנחם אב, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

איך האב ערהאלטען אייערע בריוו פון יו"ד און ז' מנ"א מיט דאס בייגעלעגטע[1], און דער אויבערשטער זאל אייך מזכה ומצליח זיין, אז נאך דעם גוטן אנהויב זאלט איר קאנען ווייטער ממשיך זיין דעם ענין לויט ווי מיר האבן גערעדט ווען איר זייט דא געווען.

וידוע מאמר רבותינו ז"ל, אז בשעת א מענטש עפנט זיין הארץ צום אויבערשטן אפילו כחודו של מחט, עפנט דער אויבערשטער אויף די וועגן פון ברכה והצלחה כפתחו של אולם וואס איז געווען אין בית המקדש. און עס ווערט נאך דערקלערט אין חסידות דער ענין פון פתחו של אולם, ווארום אלע אריינגאנגען צום בית המקדש האבן געהאט טירן, במילא זיינען זיי געווען צייטנווייז אפן און צייטווייז געשלאסן, אבער דער אריינגאנג צום אולם האט ניט געהאט קיין טיר און איז אלעמאל געווען אפן פאר די וואס זיינען שוין געשטאנען אין דער עזרה. און דאס איז די הבטחה פון אויבערשטן, אז ווען מען מאכט א התחלה אפילו כחודו של מחט, איז די ברכה והצלחה פון אויבערשטן שטענדיק אן אפענע כפתחו של אולם.

די קבלות וועט מען אפשיקן ווען זיי וועלן ערהאלטן ווערן פון די באטרעפנדע אפיסעס.

בברכה לאריכות ימים ושנים טובות פאר אייך און אייער פרוי תחי' און איר זאלט במהרה ובזריזות ובשמחה פארטזעצן די ערפילונג פון אייער הבטחה ומשאלות לבבם לטובה.

  1. 1 בהמשך למכתב 2827