Letter # 2778

א' תמוז, תשי"ד

2778 - The Rebbe, as our head pulls us with him, but we need to be firmly attached.

We attach by following his directives.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' תמוז, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

... און אין די טעג פון הכנה צו די ימי הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, איז על דרך ווי עס האט זיך גערעט בא דער התועדות פון ש"ק מברכין חדש תמוז, אז ווען מען דארף באפרייען איינעם פון בור השבי, באפרייט מען פריער די קאפ און די אלע אברים וועלכע זיינען פארבונדען מיט קאפ פון דעם גוף גייען מיט, אזוי אויך אין דער קומה שלימה חאטש עס איז בתר רישא גופא אזיל, מוז מען אבער דאך זיין שטארק צוגעבונדען וואס דאס איז דורך דעם נלך בדרך ישרה אשר הורנו מדרכיו ונלכה באורחותיו נצח סלה ועד, וואס עס ווערט בפועל ממש אז צדיק דאתפטר אשתכח בכולהו עלמין יתיר מבחיוהי, ד.ה. אויך אין דעם עולם המעשה, ווי עס איז מבואר אין אגרת הקדש לרבנו הזקן פרק כ"ז וביאורו.

בברכה לנחת חסידותי מכל ילידיו שיחיו לו ולזוגתו שיחיו.