Letter # 2765

כ"ט סיון, תשי"ד

2765 - Make your friends aware of the mesiras-nefesh conduct in Chasidic homes.

Those who influence others positively have a tremendous merit that they are helped in their own needs.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט סיון, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען דיין בריף פון ט"ו סיון, אין וועלכען דו שרייבסט פון דיין געבורסט טאג.

השם יתברך זאל דיר העלפען, אז עס זאל זיין א הצלחה יאר בא דיר סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און האפענטליך וועסט דו זעהען צו איינווירקען אויף דיינע חברות און פריינדינעס צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט און מקיים זיין מצות בפועל, וואס דער זכות פון דעם איז זייער גרויס און דער וואס טוט אין דעם זאל געהאלפען ווערען אין דעם וואס ער באדארף, זיכער קענסט דו גלייכצייטיג באקענען דיינע חבירות מיט דער מסירת נפש-דיקער אויפפירונג פון חסידישע הייזער, און וואס יעדער איד פארמאגט דעם כח פון מסירת נפש. און ווען מען רעט איינמאל און מערערע מאל ווירקט דאס און מען טוט אויף.

בברכה ופ"ש לחבירותך אז זיי זאלן מצליח זיין בכל הנ"ל און אויך אז יעדערע פון אייך זאל משפיע זיין אין איר סביבה צו תורה און אידישקייט.