Letter # 2203

כ"ג מנ"א, תשי"ג

2203 - אשר אין בשיטת ליובאוויטש להטיף מוסר ואין בדעתי לשנות שיטה זו

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ג מנ"א, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

בודאי ידוע לו, אשר אין בשיטת ליובאוויטש להטיף מוסר ואין בדעתי לשנות שיטה זו, וכן אין גם בשיטת ליובאוויטש לעשות ענינים רק בשביל שיוכלו לאמר אח"כ: און וואס האב איך געזאגט ואני את נפשי הצלתי. ובכ"ז כותב הנני את מכתבי זה, מפני שמקוה הנני, שיביא לשינוי בהקדם בהנהגתו בנוגע להמוסד, והשינוי יבוא לא רק מצד קבלת עול, אלא מפני שגם הוא בעצמו יכיר שלא זו הדרך. ואחרי הקדמה זו הנני נגש לעצם הענין והוא:

מען דארף שטענדיג געדיינקען, אז כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך איבערגעגעבען די הנהלה פון ישיבת... וואס פון דעם ווייסען מיר צוויי זאכען, א) אז איר האט די מעגליכקייט צו אנפירען דעם מוסד לויט דעם רצון וכוונה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, ב) אז דאס וועט מען מאנען פון אייך, און ניט פון אנדערע, אדער די בעלי בתים פון... און ווען מען וויל אמאל מסיח דעת זיין פון דעם, ענדערט דאס ניט די זאך אליין, ווארום, ווי געזאגט האט כ"ק מו"ח אדמו"ר ניט געגעבען איינעם א ענין וואס איז ניט לפי כחו, אין האט דאס ניט געמאנט פון זיי, נאר ער האט דאס פארבונדען מיט דעם אז דאס זאל זיין זייער צנור דורך וועלכע זיי האבן די ברכה והצלחה אין אלע זייערע ענינים, סיי אין דעם וואס מען האט עם געגעבען צו טאן און אויך - די ענינים הפרטים שלו ושל ב"ב שיחיו, אבער וויסענדיג גלייכצייטיג אז מען קען אמאל פארגעסען אויף דעם, האט זיי כ"ק מו"ח אדמו"ר באוויזען ברכה והצלחה בכדי זיי זאל זיין גרינגער דורכגיין די העלמות והסתרים, און ווען איר און אייער פרוי תחי' זאלן זיך גוט אריינטראכטען אין די פארגאנגענע עטליכע יאר, נאך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און - אליבא דנפשי', וועלען זיי זעהן פילע ענינים פון השגחה פרטית ובהצלחה...

זעלבסט פארשטענדלעך, אז פון בעלי בתים פון... קען מען פון זיי ניט מאנען אזא פארשטאנד ווי מען קען מאנען פון אייך, אין וועמען כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אריינגעגאסען יאר נאך יאר און האט עם דורך דעם צוגעגרייט צו דער משרה אויף וועלכע ער האט אוועקגעשטעלט.

זיכער ווייסט איר דעם ווארט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז "אונזערע זיבורית איז בעסער פאר זייערע עידית", און דאס איז געזאגט ניט נאר אז אין עולם האצילות איז אזוי, נאר אויך אין עולם הזה הגשמי און בפרט אין די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אויף וועלכע ער האט זיך מוסר נפש געווען און האט מבטיח געווען הצלחה מופלגה, ווען מען וועט זיך נאר שטארקען גיין אין דעם וועג און וועלען משלים זיין זיין כוונה וועלכע איז די כוונה העליונה.

און נאך דעם אריינטראכטען זיך אין דעם אלעם, וויל איך זאגען נאר בקיצור וואס איך וואלט געטאן זייענדיג אויף אייער ארט און שטייענדיג אויף אזא משרה, און אין וועלכעס איך זעה בלי ספק הצלחה בגשמיות וברוחניות, און דאס איז:

אנשטריינגען אלע כחות אז אלע טיטשערס זאלן זיין אזעלכע וועמען כ"ק מו"ח אדמו"ר האט געגעבען כחות, און אויב אפילו עס דוכט זיך אז אין געוויסע פרטים האבען זיי א חסרון, איז בלי שום ספק אז יעדער טיטשער ווער ער זאל ניט זיין איז ניט פריי פון חסרונות, אבער נאר מחונכי כ"ק מו"ח אדמו"ר האב[ען] אט די זיין ברכה והצלחה צו מגדל זיין תלמידים יראי שמים וואס במילא וועלען זיי זיין דאס וואס א תלמיד ישיבתו דארף זיין... און געוויס איז פארשטענדליך, אז אין אזא ישיבה דארף א טיטשער - ניט זיין, דער וואס איז ניט קיין איד, אדער אזא וועלכער איז ניט קיין שומר תורה ומצוה. און דאס רייד איך ניט נאר צי מעג מען אזעלכע אנשטעלען על פי השולחן ערוך נאר איך רייד מטעם ההצלחה וטובת המוסד און מטעם ההצלחה וטובתם פון די מענשען וועלכע זיינען פארבונדען מיט דעם מוסד... 

בברכה אז איר זאלט וועלען אריינטראכטען זיך אין דעם כראוי און טאן אין דעם באופן המתאים ותיכף.