Letter # 1882

א' מ"ח, תשי"ג

1882 - און איך האף אז די גוטע מחשבות וועגן אייך האבן דערגרייכט צו אייך

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, א' מ"ח, תשי"ג

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידן צו זעהן אייך בא דער שמחת בית השואבה, אבער איך בין געוואוינט צו זעהן אייך אויך מוצאי שמחת תורה און דעם מאל האב איך אייך ניט געזעהן, חאטש די התועדות האט זיך געצויגן א פאר שעה נאך הבדלה - בא אנדערע - עס איז באוואוסט אז רוחניות'דיקע ענינים זיינען ניט פארבונדן מיט ארט, און ווען אפילו צייטענווייז דאכט זיך אז מען פילט דאס ניט אפען, דאך באקומט מען די ווירקונג, און איך האף אז די גוטע מחשבות וועגן אייך האבן דערגרייכט צו אייך, און ווען אפילו איר האט דאס ניט געפילט בגלוי, איז דאך דאס באקומען געווארן אין פנימיות און מיט דער צייט וועט דאס ארויסקומען עפענטליך.

מיין שווער כ"ק אדמו"ר פלעגט זאגען אז חסידים זיינען קלוגע, במילא לייגן זיי ניט אפ אויף שפעטער דאס וואס מען קען טאן פריער, זאל השי"ת העלפן אייך, אז בא אייך זאל דאס זיין וואס פריער אין גוטע פרייליכע זאכן...

בברכה המחכה לבשו"ט.