9670 —9670

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו   ב"ה — , י"א ניסן, ה'תשכ"ט — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה

, י"א ניסן, ה'תשכ"ט — ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער יום-טוב פסח,

ראש

השנה לרגלים, דער ערשטער פון אַלע ימים-טובים, און זיין אינהאַלט –

יציאת

מצרים (דער אַרויסגיין פון מצרים), ווען אידן זיינען געוואָרן אַ פאָלק, האָבן אַ ספּעציעלע באַדייטונג אַלס

אַ

כללות'דיגע (אומפאַסנדע) געשעהניש, ביז אַז אַלע זיינע איינצעלהייטן זיינען כללות'דיגע הוראות (אָנווייזונגן) און, פאַרשטייט זיך, נצחיות'דיגע, אַזוי ווי אַלע ענינים פון תורה וואָס איז

אַ

נצחיות'דיגע און איז ניט באַשרענקט פון צייט און אָרט.

מיר וועלן זיך דאָ אָפּשטעלן אויף איין ענין פון קרבן פסח און יציאת מצרים.

דער קרבן פסח פאָדערט און איז פאַרבונדן מיט מצות מילה און ווי געזאָגט:

המול

לו כל זכר ואז יקרב לעשותו גו' וכל ערל לא

יאכל בו

(עס זאָל גע'מל'ט ווערן יעדער זכר און דאַן זאָל ער צוטרעטן מאַכן עם (דעם קרבן פסח). און קיין ערל זאָל ניט עסן פון עם). אויך דער גאַנצער ענין פון יציאת מצרים איז געווען, ווי אונזערע

חכמים

ערקלערן, אין זכות פון די צוויי מצות: פסח און מילה.

עס איז פאַראַן אויך אַן

אינערלעכער

צוזאַמענבונד צווישן ביידע

ענינים

*.

ברית מילה

, אויף דעם אַכטן טאָג

באַלד

נאָכן געבורט, שטעלט מיט זיך פאָר דעם בונד (ברית) צווישן אַן אידן מיטן אויבערשטן באַלד ביים

אָנהויב

פון לעבן, אַז

דאָס

גאַנצע לעבן וועט זיין לויט דעם רצון פון דעם אויבערשטן.

קרבן פסח

– איז צום אַלעם ערשטן – אָנגעזאָגט געוואָרן צו דעם הויפּט פון אַ משפחה (

איש

שה לבית אבות שה לבית. למשפחותיכם

). עס קומט פאָר אין

מיטלפּונקט

פון לעבן, ווען דער איד איז שוין אַ פאַמיליען מענטש און אַ בעל-הבית פאַר זיך.

ביים ערשטן קרבן פסח אין מצרים שטייט אויך

משכו

וקחו לכם

– ציט זיך צוריק (פון עבודה-זרה) און נעמט מאַכן דעם קרבן פסח. דאָס לאָזט אונז הערן, אַז אין דער דאָזיגער תקופה פון לעבן איז דאָ אַן עבר (פאַרגאַנגענהייט) וואָס עס קען זיין אַז דער עבר איז געווען ניט אינגאַנצן ווי עס באַדאַרף צו זיין, און מ'דאַרף אים פאַריכטן.

אָנווענדענדיק דעם אינהאַלט פון די אויבנדערמאָנטע ענינים אין טאָג-טעגלעכן לעבן, איז די אָפּלערנונג דערפון:

יעדער

רגע פון לעבן איז אַן

אָנהויב

פון שעות און טעג וואָס קומען אָן נאָך עם. ער איז אויך אַ

המשך

(פאָרטזעצונג) פון דעם עבר. מער בכללות:

עס זיינען פאַראַן טעג און צייטן ווען דער מענטש הויבט אָן

נייע

ענינים, און עס זיינען פאַראַן טעג און צייטן ווען דער מענטש זעצט פאָר און טוט אין זיינע

פריערדיגע

ענינים.

עס איז דאָך

אני

נבראתי לשמש את קוני (איך בין באַשאַפן געוואָרן כדי צו דינען דעם אויבערשטן) און נאָכמער – מ'איז

משועבד

(פאַרקנעכט) צו

"אנכי

ה' אלקיך (אויבערשטן, ווייל ער איז דער) אשר הוצאתיך מארץ מצרים (אַרויסגענומען פון מצרים)", איז

די צוויי דערמאָנטע אייגנשאַפטן פון ברית מילה און קרבן פסח, ווערן אויך אָפּגעשפּיגלט אין צוויי כללות'דיגע סוגים פון עבודת השם: די עבודה פון אַ

צדיק

– וואָס ער האָט צו טאָן בעיקר מיט

נייע

ענינים און נייע דערגרייכונגען; און די עבודה פון אַ

בעל-תשובה

– וואָס האָט צו טאָן בעיקר מיט פאַריכטן און פאַרבעסערן דעם עבר. אויך אין העכערן זין פון

תשובה

– אומקערן זיך צום מקור – מיינט דאָך אויך, אַז ער איז פריער געווען נאָענט צום מקור און האָט זיך דערווייטערט. וואָרום די נשמה, איידער זי איז אַראָפּגעקומען, צו באַלעבן דעם גוף, איז געווען לויטער רוחניות, און מ'דאַרף זען אַז אויך בשעת די נשמה איז אין גוף זאָל זי זיין רוחניות'דיג, און

נאָך

מער – זי דאַרף אויך דעם גוף און נפש הבהמית מאַכן רוחניות'דיג.

אַזוי אויך

בפרטיות

יעדן טאָג באַ יעדער אידן: גלייך באַם אויפשטיין פון שלאָף איז ער דאָך אַ

ברי'

חדשה

(אַ ניי באַשאַפענער) און הויבט אָן אַ נייעם לעבן מיט

מודה

אני כו'. און דער צווייטער קצה (עקסטרעם) פאַר'ן איינשלאָפן ווערן – דער

חשבון

הנפש פון דעם פאַרגאַנגענעם טאָג אין קריאת שמע שעל המטה איידער ער גיט דעם אויבערשטן דעם פקדון:

בידך

אפקיד רוחי.

***

דאָס איז אויך דער ענין פון זמן חרותנו און יציאת מצרים

אין

טאָג-טעגלעכן לעבן: זיין פריי און אַרויסגיין פון די באַשרענקונגען (

מצרים וגבולים

) פון דער אייגענער נאַטור און פון פאַרשקלאַפונג צו דער פרעמדער סביבה. און דאָס פאָדערט עבודה אין אַ

צוויי-פאַכיגען

אופן: ווי עבודה פון אַ צדיק – כסדר אָנצוהויבן נייע גוטע זאַכן,

עשה

טוב

; און עבודה פון אַ בעל-תשובה,

סור

מרע ועשה טוב

* – צו פאַריכטן וואָס עס איז נויטיג פון עבר און גרייכן אַלץ העכער און נעענטער צום אורשפּרינגלעכן מקור אין ג-טלעכקייט.

און אפילו ווען מ'געפינט זיך, ר"ל, אין אומשטענדן, ווי אַמאָל אין מצרים, ווען עס האָבן זיך צוגעקלעפּט גאָר פיל ניט-געוואונשענע פרעמדע זאַכן – איז אויב נאָר

ער

באַשליסט מיט אַן אמת זיין דעם אויבערשטן'ס, ער זאָגט

ה'

אלקינו

(אונזער כח און אונזער חיות) ה' אחד – ווערט גלייך אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים – איצט אַזוי ווי דאַמאָלס. עס ווערט בטל זיין פאַרשקלאַפונג צו פרעה און צו

מצרים

ערות הארץ, ער קריכט אַרויס פון זומפּ, פאַריכט דעם עבר און הויבט אָן אַ ניי לעבן, אַן אמת אידישן לעבן – אמת'ע פרייהייט דורך תורה און מצוות.

***

ויהי רצון אַז דאָס אַלץ זאָל זיין ווי באַ יציאת מצרים דעם ערשטן מאָל –

ביד

רמה

, מיט שטאָלץ און מיט געזאַנג און שמחה,

און

דורך

דעם אַלעם מקרב זיין און ממהר זיין די פאַרווירקלעכונג פון דער

נבואה-הבטחה

: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות – בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכת חג הפסח כשר ושמח,

מנחם שניאורסאהן

Leave Feedback