9525 —9525

ב"ה,  כ' תמוז, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י. — ש"ב הוו"ח אי"א נו"מ בעל מדות עוסק בצ"צ — רב פעלים ובעל מרץ וכו' — מר — יצחק שי'
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  כ' תמוז, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י. — ש"ב הוו"ח אי"א נו"מ בעל מדות עוסק בצ"צ — רב פעלים ובעל מרץ וכו' — מר — יצחק שי'

שלום וברכה!

זיינערצייט האָב איך באַקומען אייער בריוו פון 16טן מאי, און האָב געוואַרט אויפן ערהאַלטן פון די צוויי ביכער וואָס איר שרייבט, רעכענדיג אַז זיי וועלן אָט-אָט אָנקומען. פאַקטיש זיינען זיי ערשט די טעג אָנגעקומען (אפשר איבער דעם שטרייק וואָס איז געווען אין פראַנקרייך), און איך אייל זיך צו באַשטעטיגן דעם ערהאַלטן.

גלייכצייטיג וויל איך אויסדריקן מיין וואונש, אַז איר און בכלל אידן זאָלן פון איצט אָן און ווייטער קענען דרוקן און פאַרשפּרייטן נאָר בשורות טובות, סיי בכללות און סיי וועגן יחידים, און טאָן דאָס אין גוטן געזונד און אין אַ גוטער שטימונג, זעלבסטפאַרשטענדלעך אויך איינגעשלאָסן גוטע בשורות וועגן דער משפחה שי'.

בפרט אַז מיר קומען פון די טעג פון יב-יג תמוז, די באַפרייאונג זיינערצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואָס געוויס איז אייך די פרשה באַקאַנט. אויך ווייסט איר, אַז באַ אידן –

עם

קשי עורף – איז אַ יום זכאי און יום גאולה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ פּאַסירונג איין מאָל, האָט עס אַ המשך און בלייבט אַזוי און ווערט באַטראַכט אַלס

יום

סגולה מדי שנה בשנה.

בברכה לבשורות טובות אין אלע הינזיכטן,

ש"ב.

Leave Feedback