9232 —9232

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת אחי-תמימים אין נוארק, ה' עליהם יחיו   ב"ה, כ"ח תשרי, ה'תשכ"ז — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ח תשרי, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת אחי-תמימים אין נוארק, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער ענין פון חינוך - די דערציאונג און אויסבילדונג פון דעם יונגען דור - איז שטענדיג איינע פון די העכסטע און וויכטיגסטע אויפגאבען פון יעדן פאלק, בפרט פון דעם אידישן פאלק. די תורה הקדושה, תורת חיים - די אמת'ע וועגווייזערין אין אידישן לעבן (תורה פון ווארט הוראה) - לעגט דעם שטארקסטן טראפ אויף חינוך אין טאג-טעגלעכן לעבן (ושננתם לבניך גו'). פון דער צייט פון אברהם אבינו (למען אשר יצוה את בניו גו') ביז היינטיגען טאג איז חינוך געווען און איז די ערשטע פליכט פון אידישע עלטערן באזונדער, און פון אידישן ציבור בכלל.

היינטיגען יאר ווערט דער ענין פון חינוך ספעציעל אונטערשטראכן, זייענדיג א נאך-שמיטה יאר, דער יאר פון הקהל. דאס איז די ספעציעלע מצוה וואס איז דורכגעפירט געווארן איינמאל אין זיבן יאר, אין דער צייט פון בית-המקדש, ווען אלע אידן - עלטערן און קינדער, אויך גאר קליינע קינדער, און אפילו "פרעמדע" (וגרך אשר בשעריך) - האבן זיך געדארפט פארזאמלען אין בית-המקדש צו הערן ווי דער מלך בכבודו ובעצמו האט פארגעלייענט געוויסע פרשיות פון דער תורה, כדי דורכגעדרונגען צו ווערן מיט דעם גייסט פון תורה און מצוות און יראת-שמים.

די דאזיגע גרויסע געשעעניש האט ספעציעל אונטערשטראכן די וויכטיקייט פון חינוך פאר יונג און אלט: עס האט דערמאנט און געמאנט פון די פירער פון פאלק, און פון די עלטערן אליין, צו דערפילן זייער פליכט אין דער פולסטער מאס, און עס האט ווידעראמאל באטאנט די באדייטונג פון חינוך פאר קינדער פון אלע עלטער; אפילו די וועלכע זיינען נאך צו יונג צו פארשטיין (ובניכם אשר לא ידעו גו') האבן געדארפט זיין בא הקהל אלס א צוגרייטונג פאר שפעטער, ווארום אידישער חינוך הויבט זיך אן פון דער פריסטער קינדהייט.

כאטש די מצוה פון הקהל קען איצט ניט דורכגעפירט ווערן ווי אמאל אין דער צייט פון בית-המקדש, איז זי אבער אויך היינט גילטיג אין איר גייסטיגען זין, אין דעם וואס זי דערמאנט און פאדערט-אויף יעדן איינעם און איינע, סיי עלטערן, סיי סתם אידן, און בפרט עסקנים, כלל-טוער און פירער, צו דערפילן זייער פליכט (וואס איז אויך אן אויסערגעוויינלעכער זכות) אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, יעדער איינער און איינע לויט זיינע, און אירע, פולע מעגלעכקייטן.

עס איז צו האפן, אז אלע אנטיילנעמער און פריינד פון דער ישיבה אחי-תמימים וועלן בא דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג אויסדריקן דעם גייסט פון הקהל, ווי אויבנדערמאנט, אין א פראקטישן אופן, דורך פארשטארקן און אויסברייטערן אלע אנשטרענגונגען לטובת דעם דאזיגען מוסד חינוך וואס איז פון די הויפט-זיילן פון חינוך על טהרת הקדש אין אייער קהילה.

בכבוד בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 378, והושלמה עפ"י צילום האגרת.

תורה פון ווארט הוראה: ראה רד"ק לתהלים יט, ח. זח"ג נג, ב.

ושננתם לבניך גו': ואתחנן ו, ז.

למען אשר יצוה את בניו גו': וירא יח, יט.

חינוך..הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.

וגרך אשר בשעריך: וילך לא, יב.

מלך בכבודו ובעצמו: ראה לקו"ש חל"ד ע' 189 הערה 20. וש"נ.

ובניכם אשר לא ידעו גו': וילך לא, יג.

Leave Feedback