9187 —9187

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' הרב מו"ה צבי הירש שי'   ב"ה, י"ד מנ"א, תשכ"ו — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ד מנ"א, תשכ"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' הרב מו"ה צבי הירש שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע.

בעת רצון וועט מען מזכיר [זיין] די וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, און דער זכות הצדקה (לויט דע[ר] בייגעלייגטער קבלה) זאל איר ביישטיין אין דעם.

וויבאלד אז אלץ איז דאך בהשגחה פרטית, איז דאס פון מיין חוב (וזכות) צו אויפמערקזאם מאכען אויף דער נויטיקייט און וויכטיקייט צו פארשפרייטען דעם לימוד תורת החסידות, און ניט באנוגענען זיך מיטן אליין לערנען, נאר דוקא אין אן אופן פון הפצה, און אויב פון יעדערן ווערט דאס ערווארטעט, עאכו"כ פון אזעלכע וועלכע האבן השפעה אין זייער קהלה, והובטחנו דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל לב השומע ופועלים פעולתם.

בברכה לבשו"ט.

מו"ה צבי הירש: ליבוביטש, בולטימור.

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל לב: ראה ס' הישר לר"ת שי"ג. הובא בשל"ה סט, א.

Leave Feedback