8830 —8830

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת "אחי תמימים" ליובאוויטש, אין נוארק, ה' עליהם יחיו   ב"ה, ראש חודש סיון, תשכ"ד — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ראש חודש סיון, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת "אחי תמימים" ליובאוויטש, אין נוארק, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

נעמענדיק אין אכט, אז דער יערלעכער דינער קומט פאר אין דעם חודש פון מתן-תורה, געציילטע טעג נאך דעם יום-טוב פון קבלת התורה, וועט יעדער איינער און איינע זיכער ברענגען צום אויסדרוק די גייסטיקע דערהויבונג פון דעם יום-טוב און די פראקטישע אנווייזונגען וואס דארפן דורכגעפירט ווערן, ספעציעל אין צוזאמענהאנג מיט דער דערמאנטער יערלעכער אונטערנעמונג.

עס איז כדאי צו באמערקן, אז דער יום-טוב שבועות האט ניט קיין אייגענעם "דאטום" (ניט קיין חודש און ניט קיין טאג) אין דער תורה, ווי אנדערע ימים-טובים, נאר ווערט פארצייכנט אלס דער "50'טער טאג" פון ספירה, וואס מיר הויבן אן צו ציילן דעם צווייטן טאג פסח, אויף מארגן נאך "יציאת מצרים".

דערמיט אונטערשטרייכט די תורה הק', אז שבועות איז דער ענד-ציל פון דעם יום-טוב פסח; אז זמן מתן תורתנו איז די פארפולקאמונג פון זמן חרותנו - אז די אמת'ע און פולשטענדיקע באפרייאונג, סיי פון דעם יחיד און סיי פון דעם כלל, סיי מאטעריעל און סיי גייסטיק, קען דערגרייכט ווערן בלויז דורך קבלת התורה.

מיר לעבן אין א צייט, און אין א לאנד, וואס ניט קוקנדיק אויף דער אויסערלעכער "פרייהייט" איז די וועלט בכלל, און דער יונגער דור בפרט, נאך גאנץ שטארק פארשקלאפט, און ווייס ניט ווי צו באפרייען זיך פון די קייטן פון גייסטיקער צערודערונג. די איינציקע האפנונג אז אידישע קינדער זאלן ניט מיטגעשלעפט ווערן מיטן שטראם ליגט אין א תורה-טרייען ישיבה-חינוך, וואו די גאלדענע קייט פון תורה מסיני ווערט אנגעהאלטן; די תורה הק', תורת אמת, וואס דער אמת מוז שטענדיק בלייבן גאנץ, אן פשרות און אן פארוואסערונג.

די ליובאוויטשער ישיבה "אחי תמימים" אין נוארק איז א וויכטיקע תורה-פעסטונג, וואס פארדינט די פולסטע שטיצע. ס'איז א גרויסע פליכט און זעלטענער זכות פאר יעדן איינעם און איינער צו שטיצן די דאזיקע ישיבה. איך באגריס אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער און שיק יעדער איינעם און איינער פון די שטיצער און פריינט פון דער ישיבה א הארציקע ברכה, אז השם יתברך זאל זיי באגליקן אין דער ישיבה אונטערנעמנוג, און אין זייערע פערזענלעכע אונטערנעמונגען, און אין אלעס וואס מען נויטיקט זיך, מאטעריעל און גייסטיק.

בברכה להצלחה ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות.

חלקה נדפס בלקו"ש ח"ח ע' 262 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

שבועות.. ספירה: ראה גם לעיל ח"א אגרת עד.

Leave Feedback