7266 —7266

ב"ה, כ' ניסן, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ' ניסן, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיין ענטפער אויף אייער פריערדיקען בריף, האט איר זיכער צייטיג ערהאלטען, ומענין לענין באותו ענין ובהקדמה, אז ס'איז דאך באוואוסט די פאדערונג און אנווייזונגען פון רבותינו נשיאינו, אז א איד דארף טאן זיינע ענינים בשמחה ובטוב לבב, און ניט נאר ער דארף, נאר ער קען טאן אזוי, און ניט נאר קען מען דאס מיט קבלת עול, נאר ווען ס'איז פראן די פאסענדע אריינטראכטונג, קען מען דאס ערקלערען אפילו דעם נפש הבהמית, ביז אז אויך דער שכל פון נפש הבהמית פארשטייט דאס און שטימט-צו אויף דעם.

הנה צו מיין גרויס פארוואונדערונג, אין יעדער בריף אייערן, ניט קוקענדיג אויף די מערערע ענדערונגען, צום גוטען, פון איינעם ביז דעם אנדערען, איז אבער דער צד השוה אין אלע אייערע בריף, העכסטע אום-צופרידענהייט פון אייער זיין אין... סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און אויף וויפיל עס זאל ניט געשריבען ווערען אין זיי וועגען דער הצלחה אין עניני יהדות, ווערט גלייך צוגעגעבען, אז ס'איז ניט ווי געהעריג, און אז עס קען זיין, און עס מוז זיין אנדערש.

פארשטענדליך, אז דער ענין השליחות, איז די כוונה אין דעם, ניט נאר צו בריינגען אידישקייט אין... און ניט נאר אז דאס גייט מען א טובה טאן די אידען פון... נאר הוא אלס עיקר בריינגט דאס נוצען און גוטעס פאר דעם וואס טוט דאס, אין זיינע פערזענליכע ענינים זעלבסט...

אזוי ווי אין אלע עניני מעשי בני אדם, איז אפשר אויך אין דעם ענין, האט געקענט זיין אייער באשלוס אנדערש אדער אין א אנדער אופן, דעריבער וויל איך נאך אמאל באטאנען, וואס עס דארף זיין זעלבסט פארשטענדליך, אז די זאך פון דעם פארען און די שליחות, איז ניט געמיינט, צו צווינגען בעל כרחו, און נאך מער איז דאך פארשטענדליך, אז נאך א נסיון (פרוב) פון א יאר צייט און מער, טאר ניט זיין די זאך פון בעל כרחו, און דאס איז דאך נוגע אויך אין דער הצלחה פון דער זאך.

די כוונה פון דאס אויבען געזאגטע איז, אז בהנוגע באשלוס אויף להבא, דארפט זיך פילען פולקאם פריי, אין דעם זיין (צוזאמען מיט אייער מאן הרב שי') אין... פונקט ווי איר וואלט געווען איצטער אין ברוקלין, און דארפט ערשט פארען אהין, און נאך א געהעריגע אריינטראכטונג אין דעם, מודיע זיין מיר אייער באשלוס, פארשטענדליך, מיט אפענע ווערטער, וועט מען זעהן איינשטעלן די זאך לויט אייער באשלוס.

ויהי רצון מהשם יתברך המשגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית צו פירען אייך מיט אייער מאן הרב שי' בטוב בכל הפרטים בטוב הנראה והנגלה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשו"ט.

מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום, והנני חותם בשמו.

המזכיר

Leave Feedback