Letter # 3805

[שלהי אלול, תשט"ו?] - מו"ה חיים שי' אראנסאן

3805

[שלהי אלול, תשט"ו?]

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה חיים שי'[1]

מכתבו מכ"ז אלול נתקבל ... לויט ווי איר דערמאנט אין אייער בריף אז אייער פאטער ע"ה פלעגט גיין פון ליפלע און שפעטער פון וויטעבסק צו די נשיאים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אין ליובאוויטש, וואלט מיך אינטערעסירן צו וויסען, אויב עס איז דא רשימות או כתבים פון חסידות וועלכע זיינען פארבליבען פון אייער פאטער ע"ה, און אויב יע אפשר קען מען וויסען זייער אינהאלט, אדער א רשימה וכו' ות"ח מראש.

  1. 1 אראנסאן