Letter # 3790

כ"א אלול, תשט"ו

3790

ב"ה, כ"א אלול, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

...דאס וואס איר שרייבט אויף זיך אז איר זייט א מתנגד. - וועט איר אויף מיר ניט פאראיבל האבען, אויב איך וועל אייך ניט גלויבען, און ווי עס איז באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, אז א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפּגעריסען פון געטליכקייט. און אזוי ווי איצטער אנערקענען אלע אז חסידות און אירע אנווייזונגען זיינען פארבונדען מיט הקדוש ברוך הוא און אז דורך דעם פארבינדט זיך נאך מער מיט געטליכקייט קען דאך ניט זיין אז א איד זאל זיין א געגנער (מתנגד) צו דעם, עס קען נאר זיין א אונטערשייד אין דער מאס פון נאהענטקייט און צוגעבונדקייט, און אזוי ווי אין אנדערע ענינים פון תורה, איז ניט יעדער מענש און אפילו לומדים קענען זיך דערגרונטעווען צו איר ענד, וועלכער איז טיפער פון מענשליכען פארשטאנד, עס זיינען פראן אזעלכע וואס ווייסין א געוויסע טייל מער און פראן וואס ווייסין נאך מער, און אזוי איז אויך בנוגע צו חסידות, און השי"ת זאל העלפען יעדערען בתוך כלל ישראל אז דער נייער יאר זאל זיין מער ווי דער פריערדיקער יאר אין זיין מער געבילדעט און מער פארשטיין און דאס זאל זיין געזונטערהייט און פרייליכערהייט.

בברכת כתיבה וחתימה טובה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר