Letter # 3187

י"ג טבת, תשט"ו

3187 - Those turning a shul into a place where they defy Hashem’s will, belong in a lunatic home.

Those who merit understanding and bringing to the shul the true Torah look they have tremendous merit for benefiting the public.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ג טבת, תשט"ו

ברוקלין.

מרת רחל תחי'[1]

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון עשרה בטבת - יהפך במהרה לששון ולשמחה, - אין וועלכען איר זאגט אן די גוטע בשורה אז מען בויט א מחיצה אין אייער שול, וואס דער קידוש השם אין דעם און די גרויסקייט פון דעם ענין איז גאר ניט צו משער זיין, און השי"ת וואס מדתו איז כנגד מדה, זאל געבען אייך, אייער מאן, און קינדער, פון זיין פולער האנט אומשאצבארע, אין אייערע ענינים. און אז מען טראכט אריין אויף וויפיל עס איז גרויס די פינסטערניש פון גלות, אז אפילו אין אזעלכע זאכען וועלכע האבען געדארפט זיין קלאהר פאר אלעמען, דארפמען פירען מלחמות, איז אז מען פירט אויס איז דאס א קידוש השם, וואס איינע פון די זאכען איז די מחיצות אין די בתי כנסיות.

אייגענטליך האט דאך בא יעדערען געדארפט זיין קלאהר, אז ווען מען קומט אפילו צו בשר ודם בעטען א בקשה און מען וויל אז ער זאל ערפילען די בקשה, רעט מיט יענעם און מען פירט זיך אויף באם ריידין לויט יענעמס פאדערונג, און זיכער טוט מען ניט קעגען עם, אפילו ווען עס איז א ספק אויב יענער האט די מעגליכקייט צו ערפילען די בקשה, און אפילו ווען מען דיינקט אז אויב ער וועט ענטזאגען וועט מען זיך ווענדען צו א גרעסערער פון עם. היינט על אחת כמה וכמה (ד.ה. מער פילפאכיגער) ווען מען קומט אין א ארט וואו מען דארף זאגען א תפלה פאר דעם אויבערשטען ברוך הוא בעטען אויף געזונט און פרנסה א.א.וו., וואס אז מען טוט דאס דיינקט מען דאך געוויס אז השם יתברך קען דאס ערפילען, און אויך ווייסין דאך אלע אז קיין גרעסערער און העכערער פון עם איז ניטא, דאך זיינען פראן אזעלכע וועלכע זיינען פארבלענדט פון די פאלשע יצר הרע אידעאלען, און לייגען אוועק געלט און כחות אויף צו באשטימען עסקנים, וועלכע זאלען דוקא איינשטעלען זאגען די תפלה, באופן צו להכעיס צום הקדוש ברוך הוא, צו וועמען מען זאגט די תפלה.

זאגט השי"ת אז ער וויל האבען א מחיצה, איז רחמנא ליצלן צושטערט מען זי, זאגט השי"ת מען זאל היטען שבת און יום טוב, בריינגט מען אריין - ר"ל - א מיקראפאן און מען בעט די תפלה דורך חילול שבת ויום טוב.

זאגט הקב"ה אז דער שליח צבור - דער בעפולמעכטיגטער פון דעם גאנצען קהל - צו איבערגעבען זייער פעטישען זאל זיין אזא וועלכער זיין בלוט איז פון כשר עסען, און אז דער מוח איז ניט פאראומריינט געווארען מיט קיינע ניט אנשטענדיגע מחשבות, און אז מיט א פאר שעה פריער איידער ער גייט צום עמוד האט ער ניט מחלל שבת געווען - ר"ל -.

וואס זיינען אזעלכע קלאהרע און פשוט'ע באדינגונגען, איז ספענדעט מען טויזענטער דאללארען, און מען זוכט פילייכט וועט מען געפינען אזא וועלכער האט א אויסזעהען מער גענויגט צו [א] גוי ווי צו א אידען, און זאל זיין פעהיג צו זינגען אין א אפערע, און צוזאמען מיט שיקסעס, און ווער רעט אויב [ער] האט טאקע אויך געטאן אזוי. און דאס איז דאס דער וואס דארף קומען אין נאמען פון דעם גאנצען קהל און זאגען א בקשה, והאר עינינו בתורתך, ודבק לבנו במצותיך, און אויסבעטען השיבנו אליך כו' ורפאנו וכו'.

דאס איז דאך אזוי אונלאגיש און אזוי געגען שכל, וואס ווען מ'זאל אזוי טאן אין ביזנעס וואלט מען דאך אוועקגעשיקט אזעלכע אין א משוגעים הויז, און ווען מען טוט אזעלכעס בנוגע צו ענינים פון דת ישראל בכלל און די פיהרונג פון א טייל שולען בפרט, די לעצטע יאהרען, האט מען גאר א טשאנזש צו ערוויילט ווערען פאר א אפיסער אין דער שול פארוואלטונג.

און דעריבער, די וועלכע זיינען זוכה צו אריינבריינגען אין א שול דעם אמת'ן קוק און פארשטאנד ווי אויבען געזאגט, איז זייער זכות א זכות הרבים, און דעריבער דארפען טאן אלע השתדלותן אין דעם, זעלבסט פארשטענדליך בדרכי שלום, און אז מען טוט מיט א אמת און הארציג איז השי"ת מצליח.

זעלבסטפארשטענדליך אויב איר וועט געפינען פאר נויטיג קענט איר איבערגעבען דעם אינהאלט פון מיין דיזן בריף, צו די אלע וועלכע העלפען אייך אין דער מצוה, און דער זכות הרבים זאל ביישטיין יעדערערן פון זיי, אין דעם וואס זיי נויטיגען זיך.

בברכה.

  1. 1 קונין