Letter # 3043

None

3043

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"א מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף וועגען די חילוקי דיעות וואס איר האט געהאט אין דער הבנה פון ענינים אין מאמרי חסידות מיט אנ"ש וועלכע איר האט גערעט. און בפרט בנוגע צו דעם ענין פון תהו און תיקון, וואס לויט אייער מיינונג איז דאס פראן פון ריש כל דרגין עד סוף כל דרגין און איר ערקלערט דאס מיט פאסענדע ביאורים, און ניט אלע זיינען מסכים צו דעם ביאור. 

הנה ברובא דרובא די ענינים וועלכע זיינען פראן בכלל, זיינען פראן מריש כל דרגין עד סוף כל דרגין, ווארום עס איז דאך א סדר השתלשלות, וואס איינער איז זיך משתלשל פון דעם אנדערען.

זעלבסטפארשטענדליך אז אין יעדער ארט און דרגא פון השתלשלות איז דאס אין אזא אופן וואס עס איז שייך און פאסענד צו דעם ארט און דרגא. ועל דרך ווי אברהם אבינו וואס ענינו איז מדת החסד דאצילות, און פון דעסטוועגען האט ער געזאגט ואנכי עפר ואפר וואס דער חילוק איז ניט נאר בכמות נאר אויך באיכות.

די הבנה אין דעם קען מען אויך ארויסהאבען פון דעם מאמר רז"ל אור שנברא ביום ראשון אדם הראשון מביט בו מסוף העולם ועד סופו, וואס דער מיין אין דעם איז כפשוטו. און חסידות איז מסביר דעם טיפערען פירוש אין דעם, אז דאס איז בעלמא דאתגליא ובעלמא דאתכסיא, וואס דאס איז לגמרי א אנדער ענין פון אור למטה. וואס מיט דעם אור זעהט מען נאר [ב]עיני בשר ובעולם הזה גשמי. און די ביידע ענינים זיינען נכלל אין דעם מאמר רז"ל הנ"ל.

ועיין ג"כ ברשימות הצמח צדק למגילת איכה עמוד כ"ו ואילך אין דעם ביאור ענין פון ארי' בכמה וכמה מדריגות וועלכע זיינען ווייט איינע פון די אנדערע מן הקצה אל הקצה.

דאך, דארפמען ניט פארגעסען אז ווען מען לערנט א ענין, דארפמען אלס ערשטע לערנען עם מיט דעם פירוש הפשוט, און ערשט דערנאך טראכטען ווי איז דער ענין אין א העכערען עולם און אין א נידעריגען עולם.

און דאס זעלבע איז אויך בנוגע צו דעם ענין פון תהו ותקון, וואס דער פירוש הפשוט פון דעם חלק הסוד פון תורה בזה איז, עולם התהו וועלכער איז חרוב געווארען און דאס איז געווען על מנת צו אויפבויען א עולם התיקון אין וועלכען מיר געפינען זיך איצטער (חאטש לויט דער שיטת האריז"ל איז עולם התהו ניט געווען א עולם גשמי ווי דער היינטיקער. און אין דעם זיינען מחולק שיטת המקובלים אחרים וועלכע האלטען אז אויך תהו איז געווען בדוגמת עולמנו זה. עיין תורה אור פ' שמות נא, ד ובתורת חיים שם). איז נאכן לערנען דעם ענין ווי דער חלק הפשט פון סוד שבתורה קען מען געפינען דעם ענין למעלה מזה ומטה מזה. ובפרט בהנוגע צו כחות הנפש יעוין בתורת חיים פ' נח מעמוד סז, ב באריכות.

זיכער איז אייך באוואוסט וואס עס ווערט געבראכט אין פילע פון די שיחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז די גרעסטע השכלה פון חסידות, דארף בריינגען א בכן בהנוגע צו פועל ממש אין מחשבה דבור ומעשה. און אזוי ווי ניט שטענדיג איז גרינג צו ארויסהאבען א בכן פון מאמרי השכלה חסידות און בפרט אין אונזער דור, דעריבער איז א מוז צו לערנען מאמרי חסידות עבודה'דיקע. וואס דארטען זעהט מען דעם בכן אן איבעריקע השתדלות, און דעריבער איז א חלק חשוב פון אייער לערנען זיינען געוויס אין מאמרי עבודה...

בברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.