Letter # 2963

ימי הסליחות, ה'תשי"ד - אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל, אשר בכל מקום ומקום, ה' עליהם יחיו

2963 -Last year people were bitterly disappointed in all the false ideals and isms. Only Torah works

At the conclusion of 5714 we need to sum up last year in order to know how to set up the New Year.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו ואחיותינו, בני ובנות ישראל, אשר בכל מקום ומקום, ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

אין לעבן, און ספעציעל אין גייסטיגען לעבן, פאדערט דער אריבערגאנג פון איין יאהר צום צווייטן א חשבון און סך-הכל פון דעם אלטן יאהר, כדי צו וויסן ווי דער נייער יאהר דארף איינגעשטעלט ווערן.

איינער פון די חשוב'סטע מאמענטען פון דעם יאהר ה'תשי"ד פון אידישען חשבון הנפש שטאנדפונקט, איז - וואס אין דעם יאהר איז נאך מעהר בולט געווארען די איבערצייגונג אין דער פאלשקייט פון געוויסע "אידעאלן" און האפנונגען, און אז אידן קענען זיך ניט פארלאזען אויף זיי. די אידעאלן און "איזמען" און די יעניגע גרופן וועלכע פארטרעטן זיי, האבן געבראכט ווידער אמאל א ביטערע אנטוישונג פאר די וועלכע האבן אויף זיי געלייגט זייערע האפנונגען.

דאס יאר תשי"ד האט פארשטארקט די איבערצייגונג אפילו אין אפגעפרעמדעטע קרייזן, אז דער קיום פון אידישען פאלק קען געזיכערט ווערן נאר און איינציג דורך אנהאלטן זיך פעסט אין דער תורה און דעם לעבנס שטייגער וואס זי ווייזט אן.

אויך די פשרה-שיטה, אז אידן דארפן זיך האלטן אויך[1] צוויי אדער דריי גלייך וויכטיגע יסודות, וואס איינע פון זיי איז תורה, האט דער אוועקגייענדער יאהר ווידער אמאל באוויזן אז די פשרה דינט אלץ בריק צו פארפירן אידן פון רעכטס אויף לינקס און ווייטער מאכן זיי פון עכטער און אמת'ער אידישקייט, פון מצות מעשיות בפועל אין טאג טעגליכן לעבן, וואס נאר דאס האט אויפגעהאלטן אידן זינט זיי זיינען געווארען א פאלק ביים בארג סיני אננעמענדיג די תורה.

עס איז א נארישער און נאכמער געפערליכער טעות, אז מען קאן יוצא זיין מיט שיינע רייד און "ספיטשעס" און דערביי זיך ככל הגוים, אדער אז עס איז גענוג באקומען אידישקייט-"איינשפריצונגען" אין געוויסע טעג פון יאהר אדער געוויסע מאמענטען פון לעבן,

ווארום תורה און מצות-אידישקייט איז א לעבנס-ארט וואס מוז ארומנעמען און דורכדרינגען דעם טאג טעגליכן לעבן. פונקט ווי א געזונטער מענטש איז א מענטש וואס איז שטענדיג געזונט, און נישט בלויז געזונט פון צייט צו צייט דער עטליכע טעג אין יאהר, אזוי איז דער גייסטיג געזונטער איד - דער איד וואס לעבט מיט תורה און מצוות יעדן טאג און אלע טאג, דעם גאנצן יאהרן, די גאנצע צייט. 

פונקט ווי א מענטש וויל נישט איינגיין אויף פשרות אין זיין פיזישן צושטאנד - אויף א "פיפיטי-פיפטי"-געזונטהייט, האלב געזונט און האלב נישט, ח"ו - אזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן קאן א איד נישט איינגיין אויף א פיפטי-פיפטי-אידישקייט.

און פונקט ווי א געזונטער מענטש דארף זעהן צו געפינען זיך אין א געזונטער אומגעבונג און טאן אלעס מעגליכעס, אז די אומגעבונג זאל זיין געזינטער, אזוי אויך אין רוחניות'דיגן לעבן האט יעדער איד א פליכט צו זיך און זיין פאמיליע, און צו דער סביבה ארום - צו פארשפרייטן די ליכטיגקייט און ווארימקייט פון תורה און מצוות און געזונטער מאכן ארום זיך.

דער אויבערשטער זאל געבן, אז דער חשבון וואס מען מאכט אין דער דאזיגער צייט זאל פירן צו דעם פעסטן באשלוס, און דערזען דעם אמת, אז אונזער תורת-חיים אין טאג-טעגליכן פראקטישן לעבן, איז דער איינציגער דרך-החיים פאר אידן אלס יחידים און פאר אידן אלס כלל, און נישט נאר פאר'ן לעבן בעולם הבא, נאר פשוט אויך פאר א גליקליכן לעבן בעולם הזה, און דער באשלוס און זיין דורכפירונג אין לעבן זאל בריינגען און וועט בריינגען יעדערן און יעדערער - א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, 

  1. 1 אויף