Letter # 2348

י"ז טבת, תשי"ד

2348 - מען זעהט אז אויך אזעלכע אידען וועלכע זיינען ניט אפגעהיט אין דעם, און לעבען דאך א גוטען טאג

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז טבת, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א ידיעה פון אייער מוטער תחי' אז בא אייער זון איז געבארען געווארען א טאכטער, און השם יתברך זאל העלפען אז די עלטערען זאל[ן] זי האדעווען אין א גוטען אופן אין אידישען וועג געזונטערהייט און פרייליכערהייט. 

זעלבסט פארשטענדלעך אז אין דער איצטיקער צייט מוזען עלטערען ריידין מיט זייערע קינדער, אויך אין אזעלכע פראגען, וואס אמאל איז דאס גאר בא קיינעם קיין פראגע ניט געווען, אבער דאס מאכט נאך מער פליכט און מער שטארקער.

איך מיין צו זאגען אז מען דארף איינווירקען אויף קינדער אז זייער הויז זאל זיך פירען ווי א אידישע הויז דארף זיך פירען, א כשר'ה קיך, אפהיטען שבת, אפהיטען טהרת המשפחה (מקוה) א.א.וו. און אין מערסטע פאלען איז ניט מיט איין מאל ווירקט מען דאס, אבער דאס דארף ניט אפהאלטען עלטערען צו ריידין מערערע מאל וועגען דעם, אט אזוי ווי ווען מען זעהט אז א קינד וויל זיך שעדיגען דעם קערפער, נעמט מען דאך אן אלע מיטלען ניט צו דערלאזען דאס, איז פיל מער פארשטענדלעכער, ווען מען זעהט אז א קינד וויל זיך שעדיגען סיי אין קערפער און סיי אין נשמה אז מען דארף ריידין מערערע מאל ביז מ'ווירקט איין אויף די קינדער.

און בכדי אז דאס זאל זיין גרינגער און גיכער, איז כמעט יעדער מאל בעסער צו אנווענדען די בעסערע וועג, ניט דורך קריגען זיך נאר דורך בעטען אויף א פאסענדען אופן און די פאסענדע אויפקלערונגען, און איבערהויפט געבען צו ערקלערען אז מיטן פירען זיך אין אידישען וועג, איז דאס ניט וואס מ'טוט א טובה דעם אויבערשטען, נאר אז מען וויל האבען א גוטען גליקליכען לעבען, מוז זיך א איד אויפפירען אין דער וועג פון תורה ומצוות.

און דאס וואס מען זעהט אז אויך אזעלכע אידען וועלכע זיינען ניט אפגעהיט אין דעם, און לעבען דאך א גוטען טאג, איז צוויי זאכען אין דעם: ערשטענס איז שווער צו וויסען וואס עס טוט זיך בא יענעם, און וועגען די ניט גוטע זאכען שעמט [ער] זיך צו דערציילען יענעם, און בפרט ווען זיי ווייסען אז זיי אליין זיינען די שולדיגע אין דעם, דורך זייער אויפפירען זיך געגען דער תורה. צווייטענס, ווי די תורה דערציילט האט השם יתברך פיל געדולד, און וויל געבען א אידען די מאקסימום צייט אז אפשר וועט ער דאך סוף כל סוף חאפען זיך צום אמת און וועט זיך אוועקשטעלן אויפן גלייכען וועג, און דעריבער קען דאס אמאל נעמען יארען ביז מען זעהט דעם ניט גוטען ח"ו אויסגאנג פון ניט פירען זיך לויט דער תורה, אבער אום צו פארזיכערען און פארהיטען דאס ניט גוטע ח"ו, איז גלייכער צו טען דאס יעצט, אפילו ווען אפילו מען דיינקט, אז דאס ניט גוטע ח"ו איז אין א צייט יארען ארום. 

איך וויל ניט צופיל מאריך זיין אין דעם, בכדי ניט צו ווייטאן אייך, און איך האף אז דאס אויבענדערמאנטע וועט גענוגענד זיי, אז איר זאלט טאן מיט ענערגיע צו איינווירקען אויף אייערע קינדער אין א וועג פון קירוב און אויף א פאסענדען אופן מאכען זיי מער נעהענטער צו אידישקייט, און השם יתברך זאל אייך העלפען.

בברכה. 

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א, מזכיר: