Letter # 2145

כ"ד סיון, תשי"ג

2145 - און ספעציעל איז דורכאויס אומבאדינגט נויטיג צו אפהיטען לייגען תפילין יעדער וואכען טאג, לכל הפח

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ד סיון, תשי"ג

ברוקלין.

ברכה ושלום!

דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר שמואל דוד שי' הלוי רייטשיק שד"ר, האב איך באקומען א גרוס פון אייך. אויך שרייבט מיר הרה"ח רייטשיק שי' אז אייער זון... שי' געפינט [זיך] אין מיליטער דינסט.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, צו ערוועקען אייער זון שי' און ערקלערען עם וועגען דעם קיום פון תורה ומצות בכלל אויף וויפיל עס איז דורכאויס נויטיג פאר יעדער אידן, און בפרט פאר אזא וועלכער געפינט זיך אין מיליטער דינסט. און ספעציעל איז דורכאויס אומבאדינגט נויטיג צו אפהיטען לייגען תפילין יעדער וואכען טאג, לכל הפחות אויף עטליכע מינוט, אין פארלויף פון גאנצען טאג ביז זון אונטערגאנג, וואס דאס איז א סגולה פאר אזא וועלכער געפינט זיך אין מיליטער דינסט, צו קומען גאנצערהייט און געזונטערהייט צוריק אהיים, ווי מיר האבען דאס געהערט מערערע מאל פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און תודה לא-ל, אט די אלע וועלכע זיינען געווען אין מיליטער אין דער פאריגער מלחמה און האבען אויסגעפאלגט מיין שווערס כ"ק אדמו"ר אנזאג וועגען לייגען תפילין זיינען געקומען גאנצערהייט און געזונטערהייט אהיים, ווי בכלל - ווען מען איז מקיים תורה ומצות, טוט מען דאס ניט א טובה להשם יתברך, נאר טאקע זיך אליין דער פאמיליע און דער גאנצער אומגעבונג. און איך האף אז איר וועט געפינען די פאסענדע ווערטער ווי צו ערקלערען דאס אייער זון שי' און אויך צו איינווירקען אויף עם, פאר זיין אייגענער טובה וועגען, און השי"ת זאל העלפען עס זאל אייך אנקומען גרינג און זאלט קענען אנזאגען מיר א גוטע בשורה וועגען דעם.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

המזכיר

נ"ב. בייגעלייגט איז א מעסעדזש וועלכען מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט געשריבען - זיינער צייט - ספעציעל פאר די וועלכע האבען זיך געפונען אין דער ארמיי.