ב"ה, י"ח שבט, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
איך האב ערהאלטען אייער בריף פון 2/[english month] און זיכער האט איר איבערגעגעבען דעם ד"ר ווילדער, וועגען דעם וואס איר שרייבט מיר אין אייער בריף, וועגען דער פאסירונג מיט אייער זון שי'.
ווען איך בין געווען אויף דעם ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האב איך אלעמען מזכיר געווען, און וויל דערמיט ווידערהאלען דאס וואס איך האב שוין עטליכע מאל געזאגט, אז עס איז זיכער אז די ברכה פון צדיק יסוד עולם וועט זיכער מקויים ווערען, עס איז נאר א פראגע פון צייט, עס איז מער ווי זעלבסטפארשטענדליך און עס [איז] איבעריג צו מאריך זיין אין דעם, אויף וויפיל עס איז שווער צו ווארטען אויף דער קומענדער גליקליכער שעה, און בפרט פאר א פאטער און מוטער בא וועמען דער זון שי' איז א בן יחיד, אבער מען דארף זיין שטארק אין בטחון אין דעם בורא יתברך וואס ער איז דער אמת'ר בעל כח און רופא כל בשר ומפליא לעשות, אז זיכער וועט ער ברוך הוא שיקען זיין רפואה אין דער געהעריגער צייט, און איר מיט אייער מאן שיחיו וועלען מיט פרייד דערמאנען יענע צייט וועלכע ער האט געליטען און וועט האבען פיל נחת פון אייער זון שי'.
דאס וואס איר שרייבט אז איר האט אויפגעהערט צו געבען אייער זון די פילען וועלכע ד"ר ווילדער האט אים געגעבען, האט איר וועגען דעם געדארפט דורכריידען מיטן ד"ר ווילדער און הערען זיין מיינונג וועגען דעם.
און וועגען אייער פראגע, צי זאלט איר זיך ווענדען צו א אנדער דאקטאר, איז אויב איר ווילט קאנסאלטען נאר, וויל איך אייך ניט אפהאלטען, אבער וויבאלד אז מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אייך געראטען אז אייער זון שי' זאל באהאנדעלט ווערן דורך דעם ד"ר ווילדער, קען מען זיך פארלאזען אויף אים, איר דארפט נאר אינפארמירען דעם ד"ר ווילדער, אז ער זאל שטענדיג וויסען די לאגע פון אייער זון שי'.
איך שליס מיין בריף מיט א טיפן וואונש אז די ברכה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זאל מקויים ווערען אין גיכען און איר מיט אייער מאן שיחיו זאלט געזונטערהייט איבערגעבען וועגען דעם.
בברכה.
נ"ב: וויבאלד איר דערמאנט ניט אין אייער שרייבען וועגען אייך, האף איך אז אייער געזונט און דער געזונט פון אייער מאן שיחיו איז צופרידענשטעלענד.
B"H, 18 Shevat, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
I received your letter from the 2nd of [English month], and surely you have conveyed it to Dr. Wilder regarding what you wrote to me about the incident with your son, may he live. When I was at the resting place of my father-in-law, the holy Rebbe, of blessed memory, I mentioned everyone by name, and I wish to repeat what I have already said several times: it is certain that the blessing of a tzaddik, the foundation of the world, will surely be fulfilled. It is only a matter of time; it is more than self-evident and unnecessary to elaborate on this. As difficult as it is to wait for the coming happy moment—especially for a father and mother whose son is an only child—you must be strong in your trust in the Creator, blessed be He, Who is truly all-powerful and heals all flesh and works wonders. Surely He will send His healing at the proper time, and you and your husband will joyfully recall these times of suffering and will have much nachas from your son.
Regarding your note that you stopped giving your son the pills prescribed by Dr. Wilder: you should have discussed this with Dr. Wilder first and heard his opinion on this matter.
As for your question whether you should consult another doctor: if you only wish to consult, I do not wish to prevent you; however, since my father-in-law, the holy Rebbe, advised that your son be treated by Dr. Wilder, you can rely on him. You just need to keep Dr. Wilder constantly informed about your son's condition.
I close my letter with a heartfelt wish that my father-in-law's blessing be fulfilled speedily and that you and your husband report good news about this in good health.
P.S.: Since you did not mention anything about yourself in your letter, I hope that both your health and that of your husband are satisfactory.
Summary
The Rebbe encourages unwavering trust in G‑d's power and in the blessings of a tzaddik while following medical advice carefully. He stresses communication with doctors and assures that healing will come at its proper time.