Letter # 1705

י"ג תמוז, תשי"ב

1705 - באשלוס אויף א אמת, צו פירן א אידישע הויז, טהרת המשפחה, א כשר'ה קיך, היטען שבת,

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ג תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון [] אין וועלכען איר באשרייבט אייער שטאנד אין אידישקייט, און גיט אויך צו, אז איר ווילט ניט פארזיכערן צו נעמען א פעסטען באשלוס, ויילע איר ווייסט ניט ווי די צוקונפט וועט זיך אויסשטעלען.

איך וויל אייך דא באטאנען, ווי איך האב אייך אנגעוויזן אין מיין בריף פון ג' תמוז, אז עס איז אלעמען באוואוסט אז אין א געוויסער מאס, היינגט אפ די צוקונפט פון דעם מענשן אליין, אן ספעציעל בנוגע צו אייך, איז ווי איך האב אייך געשריבען אז דאס אליין וואס איר וועט אננעמען דעם פעסטען באשלוס אויף א אמת, צו פירן א אידישע הויז, טהרת המשפחה, א כשר'ה קיך, היטען שבת, און אז אנדערש קען ניט זיין, איז דאס אליין וועט בריינגען אלץ פריער אייער באשערטען זיווג, און דאס וועט אויך ווירקען, אז דער זיווג זאל זיין אזא, וואס ער אליין וועט אנהאלטן דאס אלעס, אדער איר וועט קענען אויסווירקען דאס בא עם, און דער ניט פעסטער באשלוס אין דער פראגע, שוואכט אפ די געזאגטע פונקטען, סיי דעם עצם שידוך און סיי אז דער שידוך זאל זיין אזא צוגעפאסט צו די פונקטען.

דאס וואס איר בעט ענטשולדיגונג פאר ניט אננעמען דעם באשלוס האט דאס ניט קיין גרונד, וויילע דאס איז א זאך וועלכעס רירט אן אייך אליין מער ווי וועלכען מענשן אין דער וועלט, עס איז מער ניט א שאדען און א ווייטאג, ווען מען זעט אז איר האט די מעגליכקייט צו איינווירקען אויף אייער צוקונפט אין א גוטער ריכטונג, און איר חאפט זיך ניט אן אין דעם מיט ביידע הענט.

איך פארשטיי אויך, אז מיט שכל איז ניט צו פארשטיין, ווי אזוי קען אייער באשלוס ווירקען, אויף די צוויי געזאגטע פונקטען, אבער ווען מען טראכט זיך אריין, זעהט מען קלאהר, אז מיט שכל פארשטייט מען נאר א קליינע טייל פון דעם וועלט, און דאס רוב - מערהייט - זאכען וואס מען טוט, מוז מען זיך פארלאזען אויף דעם אויבערשטען ברוך הוא.

איך האף אז השם יתברך וועט אייך אריינגעבען דעם גוטען געדאנק צו אננעמען דעם אייך געזאגטען באשלוס, וועלכער איז גוט פאר אייך מאטעריעל און גייסטיג,

בברכה.