ב"ה, כ"ו אייר, תשי"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
עס האט מיך געפרייט צו דערוויסען זיך פון אנ"ש בארצנו הקדושה, אז איר זייט געקומען דארטן אויף א באזוך, און איך האף אז איר וועט אויסניצען אייער באזוך אין ארצנו הקדושה ת"ו אויף א גוטען אופן אויף די גאנצע הונדערט פראצענט.
לויט מיין מיינונג איז העכסט נויטיג אז איר זאלט ארומקוקען און צוקוקען זיך בהנוגע צו א שידוך, און זיכער האט איר דארט פריינד, און לויט דעם אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז אלע חסידים זיינען ווי איין משפחה, איז קיין צווייפעל בא מיר, אז אנ"ש דארטען וועלען אייך העלפען אין דעם און אויך די אנדערע ענינים וויפיל זיי וועלען נאר קענען, און אז איר וועט טאן אין דעם מיט דער געהעריקער ענערגיע, וועט השם יתברך העלפען אז עס זאל זיין בהצלחה.
איך רעכען אז עס איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אויף דעם נאמען פון ארץ ישראל, וואס עס איז ניט נאר וואס אידן רופן זי אזיי, נאר אויך בא דער גאנצער ניט אידישער וועלט, ווערט זי אנגערופען די הייליקע לאנד, און ווי עס שטייט אין דער תורה הקדושה אז דאס איז א לאנד, וואס עיני הוי' אלקיך בה מראשית השנה עד אחרית שנה, דאס הייסט, אז אויף וויפיל נאהענט מען זאל ניט זיין צו הקדוש ברוך הוא זייענדיג אין חוץ לארץ ישראל, דארפמען האבען דעם געפיל פון א פיל גרעסערע מאס נאהענטקייט צו השם יתברך זייענדיק אין ארץ ישראל.
און אט אזוי ווי איינער וועלכער געפינט זיך אין א שטארק באלויכטען ארט, און פארמאכט די אויגען, און וויל בשום אופן ניט עפענען זיי צו איבערצייגען זיך אז עס איז טאקע ליכטיג, און וועט זאגען אז עס איז פינסטער, איז זעלבסטפארשטענדליך אז דאס ענדערט ניט דעם פאקט אז דער ארט איז העל באלויכטען. אט אזוי איז אויך בנוגע צו ארץ ישראל אז ווען אפילו די נשמה-אויגען - זיינען צוליב פארשידענע סיבות - ניט פולשטענדיג אפען, ענדערט דאס אבער ניט דעם אמת, אז דאס איז א לאנד וואס עיני הוי' אלקיך בה תמיד,
במילא אז מען האט די זכי' צו זיין נאך נעהענטער צו הקדוש ברוך הוא, איז זיכער אז מען קריגט צו א צוגאב כח אין דער נשמה, אויף צו קאנען ערפילען און בריינגען אלע גוטע החלטות אין א פועל ממש אין טאג טעגליכען לעבען, און די אלע זאכען, וועלכע זעהען אויס צו זיין אונמעגליך צו מקיים זיין זיי, איז זייענדיק אין ארץ ישראל, האט מען די געלעגענהייט צו איבערצייגען זיך אז עס איז פיל גרינגער ווי מען האט געדאכט פריער, און ניט נאר וואס עס בריינגט ניט קיין היזק ח"ו, נאר אדרבה עס העלפט גאר נאך אין די אלע זאכען וואס מען נויטיגט זיך.
זעלבסטפארשטענדליך, אז [איך] בין ניט אויסען צו זאגען דרשות, נאר בנוגע צום פועל ממש: יעדערער פון אונז איז ניט פאלקאם גאנץ אין אלעס, במילא פעלט עם אויך אין געוויסע ענינים פון תורה ומצות, וואס על פי רוב האט מען א אמתלא - בארעכטיקונג - אויף דעם, אז עס איז שווער צו פארווירקליכען אין לעבען צוליב פרנסה, שכנים, אדער מצד דעם אייגענעם גוף, אבער ווען מען טראכט זיך אריין, אפילו נאר אויף א קורצע וויילע, איז דאך קלאהר, אז וויבאלד אז ער ברוך הוא איז דער באשעפער פון דער וועלט און אויך דער באשעפער פון דעם מענטשן, און פאדערט דאס פון דעם מענטשן, וועט ער זיכער ניט פאדערען אזעלכע זאכען אויף וועלכע ער - ברוך הוא - זאל ניט האבען געגעבען כחות אויף צו קענען טאן דאס, און במילא איז דאך קלאהר אז דאס ווענדעט זיך נאר אין דעם מענטשן אליין זעלבסט,
אויך איז פארשטענדליך, אז ג-ט ברוך הוא וועלכער איז דער תכלית הטוב, וועט ניט פאדערען פון דעם מענטשן, צו טאן אזעלכע זאכען, וועלכע זאל אים שאדען טאן, און אין געגען טייל, ווען ג-ט ברוך הוא, פאדערט דאס, איז דאס ניט וואס מיט דעם טוט מען א טובה צו הקב"ה, ווארום עם - ב"ה - פעלט גאר ניט, און דארף ניט קיין טובות פון מענטשן, נאר דאס איז גאר א טובה פאר דעם מענטשן, און ער - דער מענטש - זאל גרייכען זיין אמת'ן גליק בגשמיות וברוחניות, ווען מען פירט זיך אין אזא פירונג ווי הקב"ה פארלאנגט, קען מען באמת זיין גליקלעך, און ווי פריער געזאגט, אז אפילו ווען עס דאכט זיך אז דאס איז שווער, איז דאס ניט מער ווי א נסיון, און מיט א געהעריקער צוגעטראגענקייט קומט מען דאס אריבער, און מען איז נאך צופרידען פון דעם נסיון, וואס נאך דעם זיינען די פעולות פיל געשמאקער און איינגענעמער.
און אין די טעג וועלכע מיר אלע בתוך כלל ישראל, גייען פייערן דעם יום טוב שבועות, דעם זמן מתן תורתנו, דארפן מיר אלע טיף איינקריצן אין זכרון, דעם כלל ישראל אויסגעשריי בא מתן תורה, נעשה ונשמע, אז יעדערער זאל אויך היינט קענען נעמען אויף זיך "נעשה ונשמע", וואס דאס איז די ריכטיגע וועג פאר יעדער איינעם פון אונז, צו קומען צו א גליקליכען גוטען לעבען מאטעריעל און גייסטיג.
מיט א וואונש צו מצליח זיין אין אייערע ענינים איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.
B"H, 26 Iyar, 5712.
Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
I was pleased to learn from Anash in our Holy Land that you have come there for a visit, and I hope you will make the most of your stay in our Holy Land for the full hundred percent.
In my opinion, it is extremely necessary that you look around and consider a shidduch while you are there. Surely you have friends there, and according to the saying of my father-in-law, the Rebbe zatzal (may his merit protect us), that all Chassidim are like one family, I have no doubt that Anash there will help you with this and with other matters as much as they can. If you approach this with proper energy, Hashem will help that it should be successful.
I think it is unnecessary to draw your attention to the name of Eretz Yisrael—not only do Jews call it so, but even the entire non-Jewish world refers to it as "the Holy Land." As it says in our holy Torah: "A land which the eyes of Hashem your G‑d are upon from the beginning of the year until year's end" (Devarim 11:12). This means that no matter how close one may feel to Hashem while outside Eretz Yisrael, one must feel an even greater closeness when in Eretz Yisrael.
Just like someone who is in a brightly lit place but closes their eyes and refuses to open them to see that it is truly bright—insisting instead that it is dark—obviously this does not change the fact that the place is well-lit. So too regarding Eretz Yisrael: even if one's soul-eyes are not fully open for various reasons, this does not change the truth that this is a land which "the eyes of Hashem your G‑d are always upon." Therefore, having the merit to be even closer to Hashem there certainly adds strength to one's soul to fulfill and bring all good resolutions into actual daily life. All those things which seem impossible to fulfill become much easier when in Eretz Yisrael; not only does it not cause any harm G‑d forbid—on the contrary, it actually helps in all areas where one has needs.
Of course, I am not here to give sermons but rather speak practically: each of us is not completely perfect in everything; therefore we lack certain aspects of Torah and mitzvos. Usually we justify this by saying it's hard due to livelihood concerns, neighbors, or our own bodies. But if we reflect—even briefly—it becomes clear: since He blessed be He is Creator of the world and also Creator of man and demands these things from man, He surely would not demand something without giving us the ability to do it. Thus it's clear that success depends only on oneself. Furthermore, it's understood that G‑d—Who is ultimate goodness—would never demand something from a person that would harm him; on the contrary! When G‑d demands something from us it's not because He needs favors—He lacks nothing—but rather it's truly for our own benefit so we may attain real happiness materially and spiritually. When one conducts oneself as Hashem desires one can truly be happy. And as mentioned before—even when something seems difficult—it is merely a test; with proper dedication one overcomes it and ends up satisfied by having passed through it because afterward one's actions are much more pleasant and enjoyable.
And now as we all among Klal Yisrael prepare to celebrate Shavuos—the time of receiving our Torah—we must deeply engrave in our memory Klal Yisrael's outcry at Matan Torah: Naaseh v'Nishma ("We will do and we will hear"). Each person today should also accept upon themselves "Naaseh v'Nishma," for this is truly the right path for every one of us toward a happy life both materially and spiritually.
With wishes for success in your matters; may you share good news about this.
Summary
The Rebbe teaches that being in Eretz Yisrael offers unique spiritual opportunities and support from fellow Chassidim. By embracing G‑d's guidance wholeheartedly—even when challenges arise—we gain strength for true happiness both materially and spiritually.