ב"ה, ערב חג הפסח, ה'תשי"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
צום אנקומען פון דעם יום טוב פסח וואס מיר בתוך כלל ישראל גייען פייערן, ווינש איך אייך א כשר'ן און א פרייליכן, באמת א פרייליכן יום טוב פסח.
זיכער ווייסט איר וואס עס ווערט דערציילט אין מדרש, אז דאס וואס די אידן זיינען ארויס פון מצרים, איז דאס געווען אין דעם זכות פון די נשים צדקניות פון יענעם דור.
איינע פון די צדקות פון די פרויען איז באשטאנען אין דעם, וואס ניט קוקענדיג אויף אלע שוועריגקייטן און די פינסטערניש פון דעם גלות, און בפרט אין די לעצטע צענדליגער יארן, האבן זיי אבער שטענדיג געהאט דעם שטארקען בטחון אין השם יתברך אז זיין הבטחה אויף דער גאולה וועט ער ברוך הוא מקיים זיין, און הגם זיי האבען ניט געוואוסט ווען וועט קומען די גאולה, און פון צייט צו צייט זיינען פרעה'ס גזירות געווארען אלץ שטארקער און שווערער, און בפרט די גזירה אויף די אידישע קינדער, ביז אפילו דער שווערער גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו, דאך איז ניט קלענער געווארען זייער האפנונג, און האבן אויך געזעהן צו אויפשטעלען א נייעם דור, ניט רעכענענדיג זיך מיט די גזירות, און הגם זיי האבען ניט פאר זיך קיין וועג ווי וועלען דאס די קינדער וועלכע האבען געבארען [געווארן] געראטעוועט ווערען, און ווי [וועלן זיי] אויסמיידען פרעה'ס גזירה פון כל הבן הילוד היאורה תשליכוהו,
און אט דער בטחון און שטארקייט, אויף ניט צו רעכענען זיך מיט קיין זאך פון מענשליכען פארשטאנד, וויילע דער אויבערשטער איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט, און קיינע קען זיך ניט שטעלען געגען אים, האבען זיי דורך דעם אויפגעבראכט א גאנצען דור אין די צענדליגער און הונדערטער טויזענטער קינדער, און אט די קינדער זיינען דאס געווען די, וועלכע האבען די ערשטע דערקענט השם יתברך בא דעם קריעת ים סוף, און די זיינען דאס אט די וועלכע האבען דערנאך מקבל געווען די תורה באם בארג סיני, און האבען אויפגעהאלטען דעם אידישען פאלק.
יעדער זאך וואס עס איז אין דער תורה, דארפמען מיר ארויסנעמען א לערנונג פאר יעדער אידען, און אזוי אויך בנוגע צו אונז און צו אייך, אז מען דארף זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך אז נאר ער ברוך הוא איז דער גאנצער בעל הבית פון דער וועלט, און קעגען עם קען קיינער גארניט טאן, ווען אפילו מען זעט דאס ניט ווי דאס איז אין טבע, וועט אבער השם יתברך ממלא זיין זייניגע, אז די אלע וועלכע זיינען פארבונדען מיט עם - ברוך הוא - דורכן בטחון אין עם, און פירן א לעבן פון תורה ומצות וועט ער זיי ממלא זיין בכל הפרטים און בפרט אין קינדער זרעא חייא וקיימא לאריכות ימים ושנים, און אט אזוי ווי אין מצרים, הגם מען האט ניט געזען פריער קיין וועג אין טבע ווי וועט דאס זיין די גאולה, האט דאס אבער ניט אפגעשוואכט זייער בטחון אויף צו האבען און ערציהען קינדער, און אז די קינדער וועלען האבען אריכות ימים, און מען דארף האפען אז אויך אין אונזער צייט, דורך דעם שטארקען בטחון בהשם יתברך וועלען מיר אויך אלע זוכה זיין צו דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו,
בברכת חג הפסח כשר ושמח און אסך נחת ובריאות לאורך יושנ"ט.
B"H, Eve of Pesach, 5712. Brooklyn.
Shalom u'Vrachah!
As we approach the festival of Pesach that we, together with all of Israel, are about to celebrate, I wish you a kosher and truly joyous Pesach.
You surely know what is told in the Midrash: that the Exodus from Egypt was in the merit of the righteous women of that generation. One aspect of their righteousness was that despite all difficulties and the darkness of exile—especially in recent decades—they always maintained strong trust in Hashem Yisbarach that His promise of redemption would be fulfilled. Even though they did not know when redemption would come, and from time to time Pharaoh's decrees became ever stronger and harsher—especially the decree against Jewish children, including even the harsh decree 'Kol HaBen HaYilod HaYeorah Tashlichuhu' ("Every boy that is born you shall throw into the river")—their hope never diminished. They also saw to raising a new generation regardless of these decrees. Even though they had no way to know how their children would be saved or how they would avoid Pharaoh's decree, this trust and strength—disregarding human logic because Hashem is Master over the entire world and none can stand against Him—enabled them to raise an entire generation numbering tens and hundreds of thousands of children. These children were those who first recognized Hashem Yisbarach at Kriyas Yam Suf (the splitting of the sea), received the Torah at Mount Sinai, and sustained the Jewish people.
Everything in Torah teaches us a lesson for every Jew. So too regarding us and you: one must be strong in trust in Hashem Yisbarach—that only He is truly Master over the world and no one can do anything against Him. Even if one does not see naturally how something will happen, Hashem Yisbarach will fulfill His promises: all those connected with Him through trust in Him and living a life of Torah and mitzvos will be fulfilled in every detail—especially with children who are healthy and enduring for long life. Just as in Egypt—even though there seemed no natural way for redemption—their trust was not weakened to have and raise children with long life; so too we must hope that also in our times, through strong trust in Hashem Yisbarach, we will all merit the true and complete redemption through Moshiach Tzidkeinu.
With blessings for a kosher and joyous Pesach holiday, much nachas, and health for long years.
Summary
The Rebbe teaches that unwavering trust in Hashem—even when circumstances seem impossible—brings blessing, continuity, and ultimately redemption. The example set by Jewish women during Egypt inspires us to strengthen our own faith today.