ב"ה, כ"ו אדר, תשי"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
...עס אינטערסירט מיר צו וויסען, אויב איר נעמט א איינטייל אין דער ארבעט פון די אידישע פרויען אין אייער שטאט, און אין וואס פאר א ארבעט.
זיכער ווייסט איר, אז עס איז אנגענומען בא אידען, אז אלע אידען זיינען ווי איין משפחה, וועלכע דארפען זיין צוזאמען געבונדען איינע מיט די אנדערע דורך אהבת ישראל - אידען ליבשאפט - וואס דאס רופט ארויס און בריינגט צו באטייליגען זיך אין געזעלשאפטליכע ארבעט, בכדי אזוי ארום ברענגען נוצען פאר א גרעסערען קרייז מענשן. און דאס גיט אויך א גייסטיגע באפרידיגונג אין דעם פריוואט לעבען. און אין וואס פאר א לאגע מען זאל זיך ניט געפינען, איז אלע מאל פראן מעגליכקייטן צו העלפען מענשען מיט וועלכע מען קומט אין בארירונג.
מיט א וואונש פון אלעס גוט און בפרט מיט נחת פון אייער זון,
א כשר'ן פסח.