Letter # 772

ו' תשרי, ה' תשי"א - ו"ה משה זאב שי' חייטובסקי

772 - May your pursuits succeed; Hashem provides material, and you turn it into spiritual.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ו' תשרי, ה' תשי"א

הוו"ח אי"א נו"מ מו"ה משה זאב שי'[1] 

שלום וברכה!

זיכער געדיינקט איר אייער באזוך בא מיר, ווען איר האט מיר דערציילט וועגן געשעפט וואס איר רעכנט אנצוהויבן נאך יום-כפור. וויל איך דא נעמען די געלעגנהייט צו ווינשן אייך א חתימה וגמר חתימה טובה, וואס דאס איז אויך כולל אז דער נייער געשעפט וואס איר גייט מאכן זאל גיין בהצלחה בגשמיות, און וואס הצלחה בגשמיות איז האט כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ ערקלערט מיט א ווארט פון דעם אלטן רבי'ן: דער אויבערשטער גיט אידן גשמיות און אידן מאכן פון גשמיות רוחניות.

מסתם זאגט איר דאך תהלים, וואלט איך אייך מציע זיין, אז די נעקסטע דריי חדשים זאלט איר זאגן יעדן טאג דעם קאפיטל ע"א (71) פון תהלים, נוסף אף דעם שיעור תהלים וואס איר זאגט בלאו הכי, און איך האף אז דאס וועט זיין א כלי אף ברכה.

איך וואלט אויך מציע געווען, אז איר זאלט בעטן ידידנו הרה"ח וו"ח אי"א וכו' ר"ד שי' עדעלמאן צו מאכן א קביעות צו לערנען צוזאמען דעם רבי'נס תורה.

איך לאז גריסן אייערע ברידער שותפים שי'. איך האף איר וועט אנזאגן גוטע נייעס בכלל און בפרט.

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה, 

  1. 1 חייטובסקי