Letter # 1202

ט"ז אלול, ה'תיש"א - חיים שטיימן

1202 - Printing of Sefer HaSichos with Your Support

The Rebbe wishes the family a good, sweet year and shares that thanks to their generous contribution, printing of Sefer HaSichos is underway. Despite a pause during Tishrei, it is expected to be completed with binding by Yud Tes Kislev, the great chassidic day of victory, in honor of the Alter Rebbe and Chassidus.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ט"ז אלול, ה'תיש"א

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'[1]

שלום וברכה!

לקראת השנה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ווינש איך אייך און אלע אייערע בני בית שיחיו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

איך בין צופרידן אייך מיטצוטיילן, אז דער דרוקער גייט די גאנצע צייט אן מיט דער ארבעט, אויסער די עטליכע וואכן פאר ראש-השנה און אנהויב תשרי, וואס ער מוז מפסיק זיין צוליב די ספעציעלע תשרי'דיקע ארבעט וואס ער האט. איך האף אז מ'וועט קענען פארענדיקן די גאנצע ארבעט, אריינרעכנדיק אויך דעם בינדען, ארום י"ט כסלו, אויב עס וועלן ניט זיין ניט-פאר[א]ויסגעזעענע עיכובים.

אזוי ארום האף איך, אז צום טאג פון גרויסן חסידישן יום-טוב, ווען דער אלטער רבי דער בעל התניא צוזאמען מיט תורת החסידות האבן געהאט דעם גרויסן נצחון, זאל קאנען ארויסקומען דער ספר השיחות, וואס דאס דרוקן דערפון איז ערמעגליכט געווארן אדאנק אייער ברייטהארציקע ביישטייערונג.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

  1. 1 שטיימן