8959 —8959

צו דער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי- תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל ה' עליהם יחיו   ב"ה, י"א אדר שני, ה'תשכ"ה — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"א אדר שני, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

צו דער יערלעכער מסיבה פון די "נציבי הישיבה" תומכי- תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך שיק מיין באגריסונג צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערלעכער מסיבה, צוזאמען מיט דער ברכה אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטען.

הייאר קומט די יערלעכע מסיבה פאר אין אן עיבור יאר און אין דעם חודש אדר שני. אונזער אידישע לוח, וואס באשטימט אלע צייטען און ימים-טובים אינם יאר, איז פארבונדען מיט דעם גאנג פון דער לבנה און אויך מיט די תקופות (סיזאנס) וועלכע זיינען אפהענגיק פונם גאנג פון דער זון. דער לבנה-יאר בלייבט "הינטערשטעליק" אויף אומגעפער 11 טעג א יאר לגבי דעם זון-יאר. דעריבער ווערט אלע צוויי-דריי יאר איינגעפירט אן עיבור יאר (מיט א פולן חדש מער), כדי צו דערגענצען די צייט (אזוי אז יעדער יום-טוב זאל פארקומען אין דער ריכטיקער צייט: פסח - אין חודש פון פרילינג; סוכות - אין חודש פון הערבסט-שניט, וכו').

איינע פון די אנווייזונגען פון דעם עיבור-יאר איז די תורה האט אידען געגעבען א כוח צו באהערשען די צייט; און כאטש בכלל איז א מענטש ניט קיין בעל-הבית אויף דער פארגאנגענער צייט, האט א איד די מעגלעכקייט צו דערגענצען דאס וואס ער האט פארפעלט. נאך מער, ס'איז אפילו מעגלעך איינצושאפען זיך א "רעזערוו" פאר דער צוקונפט, ווי דאס ווערט אנגעדייטעט אין אן עיבור יאר.

און אין אט דעם חודש - וואס ווערט פארדאפלט אין אן עיבור יאר - ווערט געפייערט דער יום-טוב פורים. ווי אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערציילען, איז די גזירה פון המן הרשע בטל געווארן אין דעם מאמענט ווען מרדכי הצדיק האט צונויפגעזאמעלט די אידישע קינדער און האט אין זיי דערוועקט דעם גייסט פון מסירת נפש פאר תורה-אידישקייט. דערמיט איז דערגענצט געווארן דאס וואס איז פריער פארפעלט געווארן אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקדש, און דאס האט געבראכט דעם נס פון ונהפוך הוא און - ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.

ווען פורים קומט פאר אין אן עיבור יאר, ווי הייאר, קומען זיך צוזאמען, און ווערן ספעציעל אונטערשטראכען, די דערמאנטע צוויי נקודות: די לעבענסנויטווענדיקייט פון תורה-טרייען חינוך פאר דעם קיום פון אונזער פאלק, און די מעגלעכקייט וועלכע ווערט אונז געגעבען, ניט נאר צו דערפילען וואס מען האט פארפעלט, נאר אויך שאפען א רעזערוו" פאר דער צוקונפט.

יאך וויל האפען, אז די הייארדיקע יערלעכע מסיבה וועט געבען דעם פולען אויסדרוק צו דאס אויבענדערמאנטע, און דער זכות פון הפצת התורה והמצוות וועט ביישטיין יעדן איינעם און איינער שיחיו, בתוך כלל ישראל, צו געניסן אין דער פולסטער מאס פון ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר - מיט אלע פירושים.

בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 378 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

אונזער אידישער לוח: בהבא לקמן ראה רמב"ם הל' קידוה"ח רפ"א ורפ"ד. לקמן אגרת ח'תתקסה.

חכמים... דערציילן: אסת"ר פ"ט, ג (ד).

Leave Feedback