Letter # None

None

5840

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ב מ"ח תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון חוה"מ סוכות, אין וועלכען איר פרעגט דעם טעם, פאר וואס איז דער מנהג בא פילע פון בני ישראל צו נעמען אויף מצות אתרוג, פון מדינת קאלאברי.

עס וואונדערט מיר אייער שאלה אין דעם, אין דער צייט ווען עס איז שוין פיל געשריבען געווארען אין דעם אין שאלות ותשובות ופוסקים וכו'. זעט אין שו"ת חתם סופר חלק או"ח סי' ר"ז, שו"ת בכורי שלמה סי' כ"ח און נאך און נאך.

וואס איר בריינגט אין אייער בריף, אז עס זיינען פראן רבנים וועלכע נעמען אתרוגים פון אנדערע ערטער, איז מיר אויך א וואונדער אויף דער קשיא, ווארום עס זיינען דאך פראן פילע ענינים וואס קהלות זיינען פערשידען איינע פון די אנדערע לויט דעם פסק דין פון זייערע גדולים, חאטש אלע נעמען אן אין דער פולסטער מאס תורת משה ומצותי' (פארשטענדליך אז דא רעט זיך וועגען אמת'ע גדולים ומנהיגי ישראל, און ניט וועגען אזעלכע וואס זייער אויטאריטעט איז צוליב געלט און ענליכע טעמים), אבער אין פרטי דינים, אזוי ווי עס איז געווען נאך בזמן המשנה והגמרא, פלוגתות פון בית שמאי ובית הלל, אזוי איז מעגליך אויך אין די שפעטערדיקע דורות, אבער פארשטענדליך אז ניט אין די דינים וועלכע זיינען אנגענומען געווארען אין שולחן ערוך פון כלל ישראל.

איך מוז נאך צוגעבען, אז מער פון אלץ וואונדערט מיר לייענדיג אייער בריף, אז איר פארבינדט אייער פראגע אין דעם - מיט העלפען ארץ ישראל, חאטש עס האט קיין שייכות און צוזאמענהאנג, ווארום א אתרוג דארפמען נעמען וויל אזוי האט אנגעזאגט השם יתברך, און עס דארף זיין א אתרוג אזא וואס די תורה זאגט אויף עם אז דאס איז א אתרוג, און די גדולי ישראל וועלכע האבען אנגענומען אז א אתרוג המורכב איז פסול על פי תורה, איז קיין חילוק ניט אין וואס פאר א מדינה ער זאל ניט וואקסען, און מיט דעם וואס ער וואקסט אין ארץ ישראל, גיט דאס גארניט צו אז דורך דעם זאל האבען מקיים געווען די מצות אתרוג לויט די וועלכע האבען אנגענומען דעם דין אז אתרוג המורכב איז פסול, און עס איז א ברכה לבטלה, און ניט מיט די געלטער, און ספעציעל א לאנד וועלכע רופט זיך ארץ הקדושה, שפירושו כפשוטו, אז דאס איז א לאנד וואס אלע אירע ענינים דארף זיין קדושים, און ווי דער אויסשפראך פון תורה, ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית שנה ועד אחרית שנה, קען מען העלפען דער לאנד, און דער אמת'ר אמת איז אז נאר מיטן גיין בדרך התורה והמצוה, קענען אידען געהאלפען ווערען, און מקרב זיין די גאולה, אזוי ווי דער גלות איז געקומען נאר צוליב חטאינו, ווי מיר זאגען דאס אין דאוונען ומפני חטאינו וכו', אזוי אויך די גאולה וועט קומען דורך תשובה אויף די חטאים ועוונות, ווי דער פסק הגמרא ופוסקים בכמה מקומות וואס דענסטמאל וועט השי"ת שיקען אונז משיח צדקנו און ער וועט מקבץ זיין גלות און וועט אונז בריינגען צו דער גאולה האמיתית והשלימה, און דעריבער יעדער איד וואס וויל באמת טאן וואס אויף צו מקרב זיין די גאולה און פארקירצען דעם גלות, איז אלס ערשטע דארפמען טאן אלץ וואס מען קען, נאר אז דער קיום התורה ומצותי' צווישען אידען זאל זיין אלץ מער און גרעסער, און אלע זאכען וועלכע זיינען געגען דעם דארפען קעמפען געגען זיי מיט אלע מעגליכקייטען, און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט טאן אייער חלק אין דעם אין דער פולסטער מאס.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר