Letter # 4041

י"ח טבת, תשט"ז

4041 - I will pray for the improvement of your health.

You are probably listening to Kiddush and Havdalah, tasting the Kiddush wine, and applying the leftover Havdalah wine to your eyelids, as it is a remedy for enhancing eye illumination.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ח טבת, תשט"ז

ברוקלין.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע, און בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צום געזונט בעסערונג, און מן הסתם הערט איר קידוש און הבדלה, און פארזוכט אויך דעם וויין פון קידוש, און לויטן מנהג ישראל, איינטונקען די פינגער אין דעם וויין וואס עס בלייבט פון הבדלה און אנרירען די אויגען, זעלבסטפארשטענדליך פון דרויסען, וואס ווי עס ווערט געבראכט אין ספרים, איז דאס א סגולה צו דעם מאור עיניו של אדם (צום אויגען שיין פון מענשן), און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר