Letter # 2732

י"ז סיון, תשי"ד

2732 - Peace in the home depends on the women in a greater measure.

While it may seem that your husband could have been of greater stature, but considering that, Hashem decoded this match long ago.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז סיון, תשי"ד

ברוקלין.

ברכה ושלום!

עס וואונדערט מיר וואס איך האב ניט געהערט פון אייך די גאנצע צייט, און איך וויל האפען אז דאס איז א גוטער סימן אז אלעס גייט כשורה, דאך וועל איך זיין צופרידען צו לייענען דאס בפירוש אין אייערן א בריף, און השם יתברך זאל העלפען אז דאס זאל זיין אין דער מאקסימאלער מאס.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך אז די פיהרונג פון א הויז בכלל און די באציהונג צווישן א מאן און פרוי ווענדעט זיך אין א גרעסער[ע] און מערערע מאס אן דער פרוי איידער אן דעם מאן, וואס דאס איז ווי דער אויסשפראך אין תנ"ך: חכמת נשים בנתה ביתה, דער געבוי און אויפהאלט פון דער הויז, ווענדעט זיך דאס אן דער קלוגשאפט פון דער פרוי, און בפרט אין דעם אמעריקאנער לעבען וואס די ארבעט פון די מענער איז פארבונדען מיט פיל אנגעשטריינגקייט פון ניערווען און איילעניש, איז די פליכט פון דער פרוי נאך פיל מער צו זעהען אז עס זאל זיין צווישען זיי דער מאקסימום פון שלום דורך דער מאקסימום פארשטענדעניש פון דער פרוי.

און אפילו ווען עס דוכט זיך און אפשר טיילווייס מיט רעכט אז דער מאן האט געקאנט זיין מער בעל מעלה, אבער נעמענדיק אין אכט אז אט דער שידוך איז שוין פון לאנג באשטימט געווארען פון השם יתברך, איז ווען מען זעהט א חסרון בא זיך איז ניט די עצה צו ווייטאגען זיך נאר מען זוכט וועגען וועלכע זיינען ניט פארבונדען מיט ווייטאג אויף צו פארריכטען דאס.

אזוי אויך און נאך אין א גרעסער[ער] מאס דארף דאס זיין בנוגע צו מאן און פרוי, ווארום סוף כל סוף איז שווער צו וויסען וואס דער צווייטער לעבט איבער און די שוועריגקייטען וועלכע ער האט געהאט אין די פארגאנגענע יארען, איז ווען ער זעהט פון דער פרוי ווייכקייט און געפיל פון שטארקען בטחון בהשם יתברך, במילא קוקט מען אויף דער גאנצער וועלט אנדערש, און מען זעהט אז השם יתברך איז דער בעל הבית פון דער גאנצער וועלט און בפרט אויף איר אייגענער הויז און דעם ארום, וואס דאס גיט צו נאך מער גוטמוטיגקייט און פרייליכקייט, און מען זעהט דענסטמאל אליין אז עס האט זיך גוט געלויענט פאר זיך אליין, וויילע דאס בריינגט ווארימקייט און רוהיגקייט, פיל מער וויפיל עס האט געקאסט די אנשטריינגונג פון נאכגעבען און פארגעבען.

האפענטליך אז בנוגע צו אייך און אייער מאן שיחיו דארפמען ניט די גאנצע באטראכטונג, און עס איז ווי עס דארף זיין א חסידישע הויז דורכגענומען מיט אהבת ישראל אויף וועלכעס רבותינו הק' האבען זיך מוסר נפש געווען צו זעהען דאס אין חסידישע הייזער בפרט, נאר אזוי ווי צו גוט איז דאך קיין שיעור ניטא, רעכין איך דעריבער אז די געשריבענע שורות וועלין ווירקען אז בא אייך זאל נאך מער און בעסער זיין די געמיינזאמע גוטע שלום און פארשטענדעניש באציהונג און וועלכער זאל זיך אויסשפרייטען אויך אין דער אומגעבונג אלס מוסטער פון שלום און ליכט. און השם יתברך זאל אייך באגליקען.

בברכה.