Letter # 1739

כ"ז תמוז, תשי"ב - מוה"ר מרדכי שי' באומן, אמבאטא עקוואדאר

1739 - א באווייז, אז איר דארפט נאך אויפטאן אין אייער ארט, אין החזקת היהדות ותורה ומצות

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ז תמוז, תשי"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מרדכי שי' [באומן, אמבאטא עקוואדאר]

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון כ' תמוז, אייער בקשה צו שיקען אייך, מזוזות רצועות צו תפילין און ציצית, האב איך איבערגעגעבען צו דער הנהלה פון "מרכז לעניני חנוך" און אז עס וועט זיי די מעגליכקייט וועלען זיי דאס אייך שיקען.

בנוגע צו דעם וואס איר שרייבט, אז איר האט נאך שוועריגקייטן וועגען דער קאנאדער וויזע, דארף דאס גופא דינען אייך פאר א באווייז, אז איר דארפט נאך אויפטאן אין אייער ארט, אין החזקת היהדות ותורה ומצות, און ווי עס איז באוואוסט וואס מיין שווער כ"ק אדמו"ר האט דערציילט אין נאמען פון זיין זיידען כ"ק אדמו"ר מוהר"ש זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ווי ער האט ערקלערט איינעם בארוכה, אז פרנסה גשמית קען דער אויבערשטער ברוך הוא געבען יעדעם איינעם פון אידען, אין א סביבה פון אידען, צווישן אידען שומרי תורה ומצוה אין א גרויסער אידישער קהלה א.א.וו. און אויב א איד געפינט זיין פרנסה אין א פארוואגעלטן ארט, איז דאס א באווייז, אז זיכער דארף ער דארטן עפעס מתקן זיין, אריינבריינגען מער אידישקייט, דעם נר מצוה ותורה אור צווישן די אידען וועלכע געפינען זיך דארטן, במילא פארבינדט מען דאס מיט פרנסה גשמית, בכדי אז אויך דער גוף ונפש הבהמית זאל וועלען פארען דארט, און זייענדיק דארטן זאל ער האבען די געלעגנהייט צו אויספירען זיין רוחניות'דיקע שליחות.

בייגעלייגט איז די רשימת דברים וואס איך האב געזאגט צו די תלמידי הישיבה, וועלכע פארען אויף עטליכע וואכען איבער די שטעט פון אמעריקא, צו מעורר זיין וועגען אידישקייט תורה ומצות, וואס באמת איז די רייד שייך צו יעדער אידען וועלכער איז פארוואגעלט אין א ארט, וואו מען געפינט ניט די אלע רוחניות'דיקע באדערפנישן, און נאך מער בכללות איז דאס שייך צו אלע אידען, וואר[ו]ם יעדער נשמה וועלכע איז חצובה מתחת כסא הכבוד האט אראפגענידערט אין א גוף און פארנעמט זיך מיט גשמיות'דיקע זאכען און גייט דורך פארשידענע נסיונות און שוועריגקייטן, וואס די אלע ירידות זיינען צורך עלי'.

מיט א וואונש אז איר זאלט מצליח זיין און אויספירען אייער רוחניות'דיקע שליחות, וואס דאס גופא וועט אייך ממשיך זיין הצלחה אין אייערע גשמיות'דיקע ענינים.

נ"ב: אייער ביישטייערונג איז איבערגעגעבן געווארען צו דער קאסע וועלכע שטיצט די תלמוד תורה'ת און ישיבות וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען אויף דעם נאמען פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר "אהלי יוסף יצחק" אין ארצנו הקדושה ת"ו, אין אפריקע, א.א.