Letter # 801

ט"ו מרחשון, ה'תשי"א -

801 - Alongside consulting a competent doctor, recite Tehillim, give charity, and join Torah classes

תהלים וצדקה — כלי שע"י תומשך הברכה

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט"ו מרחשון, ה'תשי"א

שלום וברכה!

דורך ידידנו הרה"ח וו"ח אי"א וכו' מוהר"ר יהודה צבי שי' פאגעלמאן האב איך געהערט, אז איר זייט ניט געזונט און בעט א ברכה,

זיכער ווערט איר באהאנדלט פון א גוטן דאקטאר און ערפילט זיינע אנווייזונגען, ווייל דער אויבערשטער וויל, אז עס זאל אלעמאל זיין א שליח טבעי, אז די רפואה זאל קומען דורך א נאטירליכן וועג. מען דארף אבער האבן א כלי דורך וועלכע עס זאל זיך דורכפירן דער רצון עליון, און די כלי אויף דרויף איז צו זאגן יעדן טאג עטליכע קאפיטלעך תהלים און געבן צדקה כפי יכלתו (לויט די מעגליכקייטן), און אנטייל נעמען אין א שיעור וואס ווערט געלערנט אין א שול.

איך האף אז איר וועט די אלע זאכן זיכער טאן, און השי"ת זאל שיקן א רפואה בקרוב איר זאלט קענען אנגיין מיט אייער ארבעט און האבן פרנסה בכשרות ובמנוחה.

בברכת רפואה גשמיית ורוחניית,

מנחם שניאורסאהן