ב"ה, שושן פורים, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י. — צום יערלעכן באַנקעט פון די ליידיס אָקזילערי פון בראָנזוויל און איסט-ניו-יאָרק פאַר די ליובאַוויטשער ישיבות "תומכי-תמימים", און אַלע אָנטיילנעמער — ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך שיק מיין באַגריסונג און ברכה צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן באַנקעט. דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
שטייענדיג אונטערן איינדרוק פון די טעג פון פורים, וועלן די אָנטיילנעמער זיכער געדענקען דעם ספּעציעלן אָנטייל וואָס אַ אידישע פרוי – אסתר – האָט געהאַט אין דעם נס פון פורים. דאָס ווערט אויך אונטערשטראָכן דערמיט וואָס
די
מגילה ווערט אָנגערופן
מגילת אסתר
, און אויך
דער
תענית פאַר פורים ווערט אָנגערופן
תענית אסתר
.
אָפּשטעלנדיג זיך אויף דעם ענין פון
תענית אסתר
, איז פון ספּעציעלער באַדייטונג דאָס וואָס דער תענית וואָס מרדכי האָט גוזר געווען אויף אסתר'ס ווענדונג איז געווען אַנדערש פון אַלע אַנדערע תעניתים. אַנדערע תעניתים זיינען חל אויף מענער און פרויען וועלכע זיינען מחוייב אין מצוות, אָבער דער תענית אסתר האָט אַריינגענומען אויך קינדער, און ניט נאָר קינדער וועלכע האָבן דערגרייכט דעם עלטער פון חינוך צו פאַסטן און וואָס פאַר זיי איז גענוג צו פאַסטן עטלעכע שעה, נאָר אויך קליינע קינדער, און אויך זיי האָבן געפאַסט דריי טעג און דריי נעכט צוגלייך מיט דערוואַקסענע (מדרש רבה אסתר, ט, ד).
דאָס ווייזט, אַז עס זיינען פאַראַן צייטן און זאַכן וואָס פאָדערן, אַז מ'זאָל זיך פאַרלעגן אפילו אויף גאָר קליינע קינדער און מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און אין דער פולסטער מאָס.
און אויב איינער וועט טראַכטן, ווי פּאַסט עס פאַר אים צו פאַרנעמען זיך מיט גאָר קליינע קינדער און זייערע ענינים,
דערציילן
אונז אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אַז מרדכי, וועלכער איז געווען איינער פון די העכסטע קעניגלעכע באַאַמטע, פון די ערשטע אין קעניגלעכן פּאַלאַץ, און, צום אַלעם ערשטן – איינער
פון
די ראשי הסנהדרין, האָט זיך פּערזענליך פאַרנומען מיט די קליינע קינדער, און זיי זיינען אויך געווען די פאַסטער וועלכע זיינען געגאַנגען אויף מסירות נפש, און דורך זיי איז געקומען די ג-טלעכע ישועה פאַר דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
פון דעם אַלעם איז צו פאַרשטיין דעם העכסט גרויסן זכות פון די
אַלע וועלכע גיבן זיך אָפּ צו העלפן די ליובאַוויטשער ישיבות "תומכי תמימים" צו ערציען קינדער אין דעם אויבנדערמאָנטן גייסט,
און דער זכות זאָל אַלעמען ביישטיין געבענטשט צו ווערן אין אַלץ וואָס מ'נויטיגט זיך, און ספּעציעל – מיט פיל אידיש'ן נחת פון קינדער און קינד'ס-קינדער שיחיו.
בברכה להצלחה ולבשורות טובות,
מ. שניאורסאהן