ב"ה, ח"י אדר, תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
התלמידים... ישיבת ליובאוויטש, טורונטו
שלום וברכה!
עס האט מיר געפרייט צו באקומען אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט וועגן די פארשידענע סיומים וואס איר מאכט.
זיכער איז איבעריג מדגיש צו זיין פאר אייך, אז בא אידן איז [א] סיום מער ניט כדי אריבערצוגיין אויף א העכערע מדריגה, אזוי אז א סיום איז באמת א התחלה צו דערגרייכן ווייטער און העכער.
השם יתברך זאל אייך מצליח זיין איר זאלט לערנען בהתמדה ושקידה לימוד המביא לידי מעשה - קיום המצוות בהידור, און איר זאלט זיין א קוואל פון אמת-אידישע און חסידישע נחת פאר אייערע עלטערן און לערערס, דאס איז אייגנלטעך בא אייך אין די הענט, ווי חכמינו ז"ל האבן געזאגט יגעת ומצאת: מען דארף נאר וועלן.
איך האף אז איר האט געהאט א גוטן און פריילעכן פורים און האט מקיים געווען אלע ענינים פון פורים. בפרט אז אידישע קינדער האבן געהאט גאר א גרויסן חלק אין דעם נס פון פורים, ווי חכמינו ז"ל דערציילן, אז ווען מרדכי האו צוזאמענגעקליבן טויזנטער אידישע קינדער און האט מיט זיי געלערנט תורה ביז מסירות נפש - דאן איז בטל געווארן די גזירה, וליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז בא אייך בתוך כלל ישראל זאל מקויים ווערן "כן תהי' לנו".
בברכה להצלחה ולבשורות טובות,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ניסן מינדל
מזכיר
לימוד.. מעשה: קידושין מ, ב.
חכמינו.. געזאגט: מגילה ו, ב.
אידישע קינדער.. פורים: אסת"ר פ"ט, ג (ד).