7441 —7441

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תש"כ — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ימי הסליחות, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

שנת המאתים להסתלקות הבעל שם טוב ז"ל.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

די טעג פון סליחות צום אבשלוס פון יאהר, און די טעג פון די עשרת ימי תשובה אנהויבס יאהר, אונטערשטרייכן דעם גרויסן ענין פון תשובה, מיט וואס דער יאהר לאזט זיך אויס און מיט וואס דער יאהר הויבט זיך אן.

תשובה, ווי באוואוסט, אנטהאלט צוויי עיקר טיילען: חרטה על העבר - אן אינערלעכע חרטה אויף דאס פארגאנגענע, און קבלה על להבא - א טיפע אנטשלאסנקייט אויף דער צוקונפט.

דער תכלית פון תשובה אבער איז תשובה - אומקערן זיך צום פריערדיקן צושטאנד - שיהי' לרצון לפני ה' ומרוצה וחביב לפניו ית' כמו קודם החטא (ווערן צוריק באוויליגט און באליבט פון דעם אויבערשטן ווי ער איז געווען פאר דעם טאן די עבירה).

דאס מיינט, ערשטנס, אז תשובה דארף דורכגעפירט ווערן אין אן אופן וואס לאזט ניט איבער קיין רושם אויף דער צוקונפט, ניט נאר אין זיין טאן און אויפפירונג (מעשה ) נאר אויך אין זיין רעדן און טראכטן (דיבור ומחשבה).

צווייטנס - און דא ליגט דער חידוש פון תשובה - אז תשובה נעמט אראפ אלע פלעקן אויך פון דער פארגאנגענהייט. כאטש די פארגאנגענהייט איז דאך ארויס פון דעם רשות פון דעם מענטשן, האט דער אויבערשטער,

וואס ער איז אינגאצען ניט אין דעם גדר (קאטעגאריע) פון זמן (צייט) וואס דערפאר איז דאך בא עם הי' הוה ויהי' ברגע אחד (די פערגאנגענהייט, דער איצט און די צוקונפט פאראיינציקט),

אריינגעגעבען א ספעציעלן כח און אייגנשאפט אין תשובה, אז דער מענטש זאל דורך תשובה ווערן דער "בעל-הבית" אויך איבער דער פארגאנגענהייט, ער זאל אויך די פארגאנגענהייט קענען ענדערן; און ניט נאר נייטראליזירן איר, נאר אויך פארריכטן זי און פארוואנדלען אין גוט, ווי חז"ל זאגן: זדונות נעשו לו כזכיות.

* * *

דער דאזיקער כח פון תשובה - דורך וועלכן עס ווערט דעם מענטשן געגעבען שליטה איבער דער פארגאנגענהייט, איז מעגלעך דערפאר, וואס, פון איין זייט, ווי געזאגט אויבן, ציט תשובה איר קראפט פון א "קוואל" וואס איז העכער פון צייט.

און פון דער צווייטער זייט, דארף דער איד אויסנוצן די דאזיקע קראפט אין אן אופן וואס נעמט דורך זיין גאנצע מציאות, וואס דרינגט דורך און דערגרייכט ביז דעם טייל פון זיין נשמה וואס איז אויך העכער פון צייט און אירע ענדערונגען - די פנימיות הנפש און עצם הנפש, נפש האלקית (די ג-טליכע נשמה) וואס איז שטענדיג באמנה אתו (טריי צו עם - צום אויבערשטן), ווייל ס'איז חלק אלקה ממעל ממש (אטייל פון ג-טליכקייט ממש).

- וואס אויף דעם גרונט פון דעם דאזיקן צוזאמענבונד צווישן אן אידן און דעם באשעפער, האט דער אלטער רבי, דער בעל התניא והשלחן-ערוך, זיך אויסגעדריקט, אז א איד, ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסן פון אלקות (ג-טליכקייט).

- און אזוי זאגט דער אויבערשטער אהבתי אתכם אמר ה' (איך האב אייך ליב) און קיין זאך קען עס ניט ענדערן.

* * *

און פונקט ווי תשובה נעמט ארום און דרינגט דורך דעם מענטשן אינגאנצן - פון זיין עצם הנפש ביז זיין אויפפירונג אין טאג טעגליכן וואכענדיגן לעבן, אזוי אויך מדה כנגד מדה - בריינגט זי דעם אידן דאס העכסטע און טיפסטע - הוא מודבק בשכינה, אהוב ונחמד קרוב וידיד (ווערט באהעפט מיט דעם אויבערשטן, געליבט פון עם), ביז צו א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, אין בני חיי ומזוני רוויחי, אין אלע באדערפענישן פון טאג טעגליכן לעבן.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד,

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 427.

בתוכן ענינים: נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 421.

צוויי עיקר טיילען: רמב"ם הל' תשובה פ"ב ה"ב. אגרת התשובה לרבנו הזקן פ"א. אלא שחרטה על העבר צ"ל לא רק במחשבה, כ"א גם בדיבור - וידוי דברים (ועיין מצות וידוי ותשובה בספר המצות להצ"צ. מנחת חנוך מצוה שס"ד). ובנוגע מכאן ולהבא - מצות התשובה היא עזיבת החטא בלבד (וע"כ צריך לפרש כן בל' הרמב"ם שם רפ"א, בשע"ת לר' יונה אות יט. ועוד). וכדמוכח בחו"מ סו"ס לד ובכ"מ. וראה ג"כ קדושין (מט, ב). וצ"ע.

שיהי' לרצון: אגרת התשובה פ"ב. ועיין רמב"ם הל' תשובה פ"ז ה"ד.

הי' הוה ויהי': זהר ח"ג רנז, ב. שו"ע או"ח ס"ה. שער היחוד והאמונה פ"ז.

באמנה אתו: תניא ספכ"ד. וראה ג"כ רמב"ם הל' גירושין ספ"ב.

אהבתי.. און קיין זאך: מלאכי א, ב. וכפירוש רז"ל (ויקרא רבא רפ"ז).

מדה כנגד מדה: להעיר מתורת הבעש"ט ז"ל עה"פ הוי צלך (שיחות כ"ק מו"ח אדמו"ר - הועתק בתוכן ענינים פ' האזינו).

הוא מודבק... וידיד: רמב"ם הל' תשובה פ"ז הל' ו-ז. וראה ברכות לד, ב.

Leave Feedback