7243 —7243

להמוסד חינוך על טהרת הקדש "אהלי תורה" ברוקלין, נ.י. ה' עליהם יחיו   ב"ה, ר"ח ניסן, ה'תש"כ — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ר"ח ניסן, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

להמוסד חינוך על טהרת הקדש "אהלי תורה" ברוקלין, נ.י. ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער מיטטיילונג, וועגען דעם איינארדנען א דינער לטובת דעם מוסד, ו' ניסן הבע"ל.

יהי רצון, אז די צוגרייטונג, און במילא אויך די רעזולטאטען, זאלען זיין מיט גרויס הצלחה, צו ערמעגליכען דעם עקזיסטענץ און אויסברייטונג פון דעם מוסד חינוך, בכמות (מער צאל מחונכים) ובאיכות (מעגליכקייט פון פארטיפונג אין לערנען).

ס'איז שוין געזאגט געווארען, דער ענין הסגולה פון דעם יאר, דער 200-טער להסתלקות-הילולא פון מורנו הבעל שם טוב ז"ל, דער גרינדער פון תורת החסידות הכללית, וואס זיין ערשטע עבודה - בעפאר זיין אנטפלעקען זיך אלס בעל שם-טוב - איז געווען חינוך פון אידישע קינדער, און גאר קליינע, צו לערנען זיי, זאגען אמן יהא שמי' רבא, ברכו, קדושה, ברכות וכו', ווי מיר האבען דאס געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

אזוי אויך היינט, מוז געלייגט ווערען די גרעסטע מיהע און השתדלות, אויף דעם געביט, פון חינוך על טהרת הקדש, אויך צו גאר קליינע קינדער, וועלכע וועלען מיט דער צייט זיין, בעזה"י, גרויסע ערליכע אידען שומרי תורה ומצוה ולומדי תורה.

און דער זכות פון יעדערען און יעדערע באטייליגטע אין דער הילף פארן מוסד חינוך על טהרת הקודש, "אהלי תורה" און וואס געוויס וועט איר נאך צוגעבן אין דעם, זאל ביישטיין אייך צו געבענטשט ווערען בכל מילי דמיטב בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת הצלחה.

מ. שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 331. ראה לעיל אגרת ז'רלו.

הוא הוא: ראה ב"ב קנט, א.

Leave Feedback