7098 —7098

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו   ב"ה, א' כסלו, ה'תש"כ — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, א' כסלו, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

הייאר ווערט 200 יאר זינט דער הסתלקות-הילולא פון בעל שם טוב, דער גרינדער פון תורת החסידות הכללית. עס איז באוואוסט, אז דער בעל שם טוב האט אנגעהויבן זיין הייליקע ארבעט - אלס א דערציער פון קליינע קינדערלעך. ער איז געווען א באהעלפער, און ער פלעגט די קליינע קינדערלעך טראגן אויף די הענט און ברענגען זיי אין חדר, לערנען מיט זיי אלף-בית, ברכות, קריאת-שמע, אד"ג, מיט א ליבשאפט און איבערגעבנהייט וואס האט ניט געוואוסט קיין ברעג.

די נשיאי חב"ד, פון אלטן רבי'ן בעל התניא - וואס האט געגרינדעט די שיטה חסידות חב"ד אויף די יסודות וואס זיין "זיידע" דער בעל שם טוב האט געלעגט - ביז דעם מייסד פון דער ישיבה תומכי-תמימים אין ליובאוויטש, אדמו"ר מוהרש"ב, און זיין זון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס האט די ישיבה איבערגעפלאנצט אין אמעריקע, האבן, ווי באוואוסט, מיט גרויס מסירות-נפש פארשפרייט תורה ביראת שמים און פנימיות התורה, אזוי אז היינט-צו-טאג זיינען די פארצווייגטע ישיבות תומכי-תמימים, מיט דער צענטראלער ישיבה אין ברוקלין בראש, די גרעסטע שעפערישע כוחות אויפן געביט פון חינוך הכשר על טהרת הקדש, וואו יעדער תלמיד ווערט דורכגעדרונגען מיט אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, און ווערט א קוואל פון ליכטיקער און לעבעדיקער השפעה אין זיין גאנצער סביבה.

אין דעם היינטיקן טאג פון ראש-חודש כסלו, א' כסלו, דער ליכטיקער סגולה חודש מיט דעם יום הגאולה פון אלטן רבי'ן און מיט דער מצוה פון נר חנוכה וואס איז אין א אופן פון מוסיף והולך, ווענד איך זיך צו אלע פריינט פון די ליובאוויטשער ישיבות, און חובבי תורה ומצוה בכלל, מיט א הארציקן רוף צו שטיצן די יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש, וואס באצוועקט צו שאפן א ממשות'דיקע הילף, א רעטונגס הילף, צו פארזיכערן זייער עקסיזטענץ.

דער זכות פון דער מצוה, וואס איז פארבונדן מיט זכות הרבים, און דער זכות פון די קומענדיקע סגולה-טעג, וועלן זיכער ביישטיין יעדן איינעם און איינער, מיט זייערע בני בית, שיחיו, צו געניסן פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אן אופן פון מוסיף והולך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה,

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 488.

זיין זיידע: ראה לקו"ש ח"ד ע' 1136, ובהנסמן בהערה 1 שם. לקמן אגרת ז'רצד.

Leave Feedback