Letter # 5421

ב' אייר, תשי"ז - מרדכי ריטש

5421 -Blessings and Encouragement for the Melbourne Yeshiva Dinner

The Rebbe expresses joy at receiving the letter and appreciation for the preparations for the Melbourne Yeshiva dinner. He emphasizes the importance of this communal effort, assures his support, and blesses the organizers and participants with success, health, and personal blessings.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, ב' אייר, תשי"ז

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'[1]

שלום וברכה!

בשמחה האב איך באקומען אייער בריף פון 4/25 און בפרט אז איך האב זיך שוין געזארגט פאר דעם לאנגען איבעררייס, חאטש איך באקום גרוסן פון אייך בתוך כללות אנ"ש, אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז ניט גלייך א ידיעה פון דער ערשטער קוועלע צו א ידיעה פון א כלי שני.

בשמחה האב איך געלייענט אייער שרייבען וועגען דעם קומענדען דינער בענעפיט פון דער ישיבה אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן, און אז איר טוט ווי געהעריג אין די הכנות צו דעם, און די וויכטיקייט פון דעם, איז זיכער איבעריג צו מאריך זיין לדכוותי' און אין איינקלאנג מיט דער וויכטיקייט פון דעם, איז יעדע השתדלות ויגיעה און ענערגיע וואס דאס פאדערט איז אלץ כדאי, וויילע דאס איז א תועלת הרבים, און השי"ת גיט ברכה והצלחה וויילע דער זכות הרבים מסייעתם.

איך האב איבערגעגעבען אייער בקשה, וועגען מאטעריאל פארן דינער, אויב עס איז דא פראן, צו איבערשיקען אייך, און בלי נדר וועל איך אויך אין דער פאסענדער צייט שיקען מיין ברכה צו די אלע וועלכע טוען אין דעם אין די צוגרייטונגען און צו אלע באטייליגטע אין דינער און השי"ת זאל העלפען אז תמיד כל הימים זאלט איר קענען אנזאגען גוטע בשורות אויך אין אייערע ענינים הפרטים, געזונט פרנסה און אידישן נחת מיו"ח שי' צוזאמען מיט אייער פרוי תחי'.

בברכה לבשו"ט ובנוסח כ"ק מו"ח אדמו"ר צו א געזונטען זומער. 

  1. 1 ריטש, מלבורן.