Letter # 1823

ז' אלול, ה'תשי"ב - המתפללים והגבאים דביהכ"נ קהל חסידים במאנשעסטער ה' עליהם יחיו

1823 - גוטע געפילן האלטן אין וואקסן און וועלן אריינדרינגען דורך די מעמבערס פון שול אין זייערע הייזער

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אלול, ה'תשי"ב

ברוקלין, נ.י.

המתפללים והגבאים דביהכ"נ קהל חסידים במאנשעסטער ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האב מיט אייניקע טעג צוריק באקומען די קאפיע פון אייער בריוו, און איך בין געווען צופרידן צו זען, אז איר שאצט אפ ווי געהעריק די ארבעט און פעולות פון הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"מ וכו' מהו"ר שמואל שי' רהיין שו"ב פאר אייער קהלה. דאס באווייזט, אז איר נעמט זיין ארבעט מיט אינטערעס ובפנימיות און אז איר ווילט אנהאלטן א נעענטערע פארבינדונג מיט דאנעט, וואס דריקט זיך אויס אין אייער וועלן שיקן אים אהער אלס אייער פארשטייער.

איך האף, אז ווי יעדע לעבעדיקע זאך וועלן אייערע גוטע געפילן האלטן אין וואקסן און וועלן אריינדרינגען דורך די מעמבערס פון שול אין זייערע הייזער און אין אלע טעטיקייטן. דאס איז די זאך פון אונזער תורה ודת, וואס זיי באציען זיך ניט בלויז אויף א טייל פון טאג, און די איבעריקע צייט איז ניט צו דערקענען די אידישקייט; נאר א תורת חיים פון אלקים חיים, וואס נעמט ארום דעם גאנצן לעבן פון דער ערשטער רגע ביז דער לעצטער רגע לאחר מאה ועשרים שנים טובות; ניט נאר א איד אין שול, ביים דאוונען און לערנען, נאר אויך אינדערהיים, אין גאס, אין אפיס וכו', ווי מיר זאגן פעמים בכל יום - בשבתך בביתך ובלכתך בדרך כו'.

בנוגע צו אייער עצם פארשלאג אז הרב ר' שמואל רהיין זאל מאכן א רייזע אהערצו, איז לויט ווי ער שרייבט מיר זיין געזונט צושטאנד, רעכן איך אז דער טילטול הדרך און די ענדערונג פון געוואוינהייט, עסן און טרינקען און אלגעמיינעם לעבנס שטייגער, ווי אויך די אויפרעקונג (כאטש אפילו מתוך שמחה) וואלט געווען פאר אים צופיל אנשטרענגונג. און זיכער האט ער אייך שוין איבערגעגעבן מיין בריוו צו אים, וואס איז אין איינקלאנג מיט דאס אויבנדערמאנטע.

איך וויל אייך אפדאנקען פאר דער מחשבה טובה צו שיקן אייער פארשטייער, בפרט פון א קהלה וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען "קהל חסידים". מחשבה טובה מצטרפת למעשה, און לויט ווי דער אלטער רבי (תניא פרק ט"ז) איז מדייק אין דעם לשון רז"ל מצטרפת למעשה, אז עס דארף זיין א מעשה אויך, כאטש אפילו ווייט פון דער מחשבה, האף איך אז בא אייך וועט אויך זיין א מעשה, דאס הייסט אז די גוטע תוצאות וואס דער באזוך וואלט אייך געבראכט, וועלן פארווירקליכט ווערן למעשה, כאטש די מחשבה איז ניט אראפ לפועל.

איך פארענדיק מיט א וואונש לכתיבה וחתימה טובה צו אלע חברים פון אייער שול און זייערע בני בית, יעדן איינעם בהמצטרך בגשמיות וברוחניות.

בברכה.