ב"ה, ו' ניסן, ה'תשי"א ברוקלין
אגודת נשים צעירות ליובאוויטש, ובראשן
היו"ר הרבנית מרת מינדל תי' כץ
ברכה ושלום!
מיט פארגעניגן האב איך באקומען אייער בריו מיט די בייגעלעגטע דאניישאנס צו פארטיילן צו פארשידענע מוסדות וועלכע זיינען נתייסד און אנגעפירט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. די קבלות זיינען דא בייגעלעגט.
זיכער וועט איר אויך ווייטער אנגיין מיט אייער גוטער ארבעט און מאכן נאך גרעסערע אנשטרענגונגען צו שאפן א וואס גרעסערע הילף פאר די מוסדות הק', וואס דורך דעם שאפט איר זיך אויך די צינורות דורך וועלכע דער אויבערשטער שיקט אייך און אלע אייערע ברכה והצלחה.
אין דער איצטיקער צייט צווישן פורים און פסח דארפן זיך אידישע פרויען באזונדערס אריינטראכטן אין דער וויכטיקייט פון די ימים טובים און וואס זיי לערנען.
סיי פורים סיי פסח זיינען ימים טובים פון הצלה און גאולה, מיט דעם אונטערשייד וואס די הצלה פון פורים איז געווען ווען אידן זיינען געווען אין גלות און אויך דערנאך זיינען זיי געבליבן אין גלות א געוויסע צייט, בשעת די גאולה פון פסח איז געווען מעבדות לחירות, פון פארשקלאפונג צו פולשטענדיקער פרייהייט. אבער אין ביידע פאלן - און דאס וויל איך דא אונטערשטרייכן - איז די גאולה געקומען צוליב דער באטייליקונג פון אידישע פרויען: פורים - אסתר, און פסח, זאגן אונזערע חכמים זכרונם לברכה, אז אין זכות פון די פרומע אידישע פרויען איז געקומען די גאולה, ווייל זיי האבן געשטארקט דעם גייסט און אויפגעהאלטן דעם מוט פון זייערע מענער, און האבן דערצויגן א יונגען, איבערגעבענעם אידישן דור, ניט קוקנדיק אויף אלע שוועריקייטן און שטערונגען פון גלות.
אידישע פרויען דארפן זען מיט אלע כוחות אנצוהאלטן די גאלדענע קייט וואס זייערע מאמעס און באבעס האבן געשמידט אין אלע דורות, כדי מיט זייערע באטייליקונג צו פארשנעלערן די גאולה שלימה על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.
בברכת חג כשר ושמח,
מ. שניאורסאהן