12 Adar 2 - יב אדר שני

 

יב אדר ב

דער אנהויב פון פרשות הקרבנות איז: אדם כי יקריב מכם קרבן לה'.

עס האט דאך געדארפט שטיין אדם מכם כי יקריב גו', זאגט דער אלטער רבי: אדם כי יקריב, בכדי א מענש זאל ווערען נעהנטער צו השי"ת איז מכם קרבן לה', פון אייך אליין דארף זיין דער קרבן, מקריב זיין זיין אייגענע בהמה, דעם יצר הרע וואס ווערט אנגערופען נפש הבהמית.