ב"ה, אין דער וואָך פון פ' בהעלותך את הנרות, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י. — צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת אחי-תמימים אין נואַרק — ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
די אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער וועלן זיכער מיטברענגען מיט זיך פונעם גייסט פון דער סדרה
בהעלותך את הנרות
("אָנצינדן די ליכט") וואָס ווערט געלייענט דעם שבת, פאַר דער חגיגה.
ווי דער אַלטער רבי, בעל התניא והשלחן ערוך און גרינדער פון חב"ד, דערקלערט, איז דער ענין פון "אָנצינדן די מנורה" אין פּראַקטישן לעבן און טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן – דאָס אָנצינדן די נשמה, וואָס איז געגליכן צו אַ מנורה ונר, ווי עס
שטייט
נר ה' נשמת אדם
(ג-ט'ס ליכט איז די נשמה פון אַ מענטשן), מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות,
נר
מצוה ותורה אור
.
די מנורה האָט געהאַט זיבן נרות (זיבן צווייגן מיט אייל-בעכערלעך), אַנטקעגן די זיבן סוגים אידן, וועלכע דינען דעם אויבערשטן אין זיבנערליי אופנים: דורך אהבה, יראה, תורה-לערנען אאַ"וו, ווי ערקלערט אויספירלעך (
לקוטי תורה
, פ' בהעלותך).
און דאָס אונטערשטרייכט דעם חוב וואָס ליגט אויף יעדן אידן, ניט נאָר אָנצוצינדן זיין אייגענער ליכט, זיין נשמה, מיט דער ליכטיקייט פון תורה און מצוות, און מאַכן זיין אייגענע היים אַ משכן און מקדש פאַר דער ג-טלעכער שכינה, נאָר אויך העלפן יעדן אידן אָנצוצינדן דעם ג-טלעכן פונק אין זייער נשמה און באַלייכטן יעדע אידישע היים, פון אַלע סוגים, אַז זיי זאָלן אויך ווערן אַ פּאַסנדע כלי פאַר דער ג-טלעכער שכינה, און דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס רצון און צוזאָג פון
ושכנתי
בתוכם
–
רוען
אין יעדן איינעם פון זיי.
די ישיבה אחי-תמימים אין נואַרק איז אַ משכן און
מקדש
מעט וואו עס ווערט באַלויכטן די נשמות פון אידישע קינדער מיט די ליכטיקייט פון תורה און מצוות. עס זיינען אָבער נאָך דאָ פיל אידישע קינדער, יונגע נשמות, וועלכע מ'דאַרף נאָך אָנצינדן און באַלייכטן. דעריבער איז אַזוי וויכטיג אַז די ישיבה אחי-תמימים אין נואַרק זאָל ניט נאָר קענען פאָרזעצן איר טעטיקייט, נאָר זאָל אויך קענען אויסברייטערן אירע מעגלעכקייטן אַריינצונעמען וואָס מער קינדער.
גרויס איז דער זכות פון אַלע חשוב'ע בעלי-בתים און פריינד, וועלכע האָבן אַ חלק אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון דער ישיבה. דער אויבערשטער ית' זאָל יעדן איינעם פון אייך באַגליקן אין דער דאָזיגער וויכטיגער אונטערנעמונג, ווי אויך אין אייערע אייגענע באַדערפ[ע]נישן, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד וברכה להצלחה ולבשורות טובות,
מ. שניאורסאהן