ב"ה, י"ד מנ"א, תשכ"ה
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענפטער אויף אייער בריף פון 8/10 מיט דאס בייגעלייגטע.
השם יתברך זאל געבען אז פון איצטער אן און ווייטער זאלט איר ניט וויסען פון קיין צער ועגמת נפש ח"ו און נאר גוטעס זאלט איר קענען אנזאגען, מיט גוטען געזונט.
צו אייער שרייבען וועגען באזוכען די קרובים אין ארץ ישראל און אויפהאלטען זיך דארט ביז נאך די ימים טובים.
זיכער ווייסט איר אז דאס פארען אהין מיט א אידישע שיף וועלכע באלאנגט צו אידען און ווערט באדינט און געפירט דורך אידען, טאר מען אין קיין פאל ניט פארען מיט אזא זיף, און ס'איז פון די גרעסטע זינד, און ס'איז א ביטערער רחמנות אויף די וואס טוען אזוי ניט וויסענדיג די גרויסע צרות וועלכע זיי בריינגען דערמיט פאר זיי און פאר אידן אין אלגעמיין ר"ל.
אויב עס האנדעלט זיך וועגען פארען מיט א עראפלאן, וועלכע פליט ארויס און קומט אן אין די וואכען טעג, אדער מיט א ניט אידישע שיף, איז דענסטמאל דאס פארען א גלייכע זאך.
און השם יתברך זאל אייך באגליקען מיט דעם פארען און אויך ביז דאן און נאך דעם, און צו האבען אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת פון קינדער און קינדס קינדער שי'.
און דער זכות פון הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם.
בברכה צו אלע גוטע בשורות אן דאס אלעס אויבען געשריבענע.
פארען... שיף: ראה גם לעיל אגרת ח'תשלא, ובהנסמן בהערות שם.