8990 —8990

צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ.י. קאמיטע פאר דער סעמינאר למורות ובתי ספר מקצועיים לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה   ב"ה, אסרו חג השבועות, זמ"ת, ה'תשכ"ה — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, אסרו חג השבועות, זמ"ת, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ.י. קאמיטע פאר דער סעמינאר למורות ובתי ספר מקצועיים לנערות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען די ידיעה וועגן אייער פארשטייענדן לאנטשאן ביום א' פרשת בהעלותך את הנרות, הבע"ל.

השם יתברך זאל העלפן, אז די אונטערנעמונג זאל געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.

לויט דעם באקאנטן פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אז די פרשה פון דער וואך אנטהאלט אנווייזונגען פאר אלע געשעענישן פון דער וואך, איז כדאי צו באמערקן און אונטערשטרייכן די באדייטונג פון די ווערטער בהעלותך את הנרות -"ווען דו וועסט אנצינדן די ליכט". לויט ווי רש"י דערקלערט אויף אן ארט, האט מען געדארפט אנצינדן די ליכט פון דער מנורה אין בית המקדש אין אן אופן אז דער פלאם זאל אויפגיין פון זיך אליין (שתהא שלהבת עולה מאלי').

און דאס איז אויך די אויפגאבע פון א גוטן חינוך, אז דער תלמיד און תלמידה זאלן קענען שטייגן זעלבסטשטענדיק דורך דעם פלאם פון נר מצוה ותורה אור, וואס זייערע מחנכים און דערציער צינדן אן אין זייערע נשמות.

די פארווירקליכונג פון דער דאזיקער אויפגאבע ווערט נאך פארלייכטערט דורכדעם וואס די נשמה אליין, די נפש אלקית וואס יעדער איד, מאן און פרוי, האט, איז לויט איר אינערלעכע נאטור גענויגט און שטרעבט צו תורה ומצוות. עס איז בלויז נויטיק צוצוגרייטן די "קנויטלעך" - אראפצונעמען די שטערונגען און איינרעדענישן פון דעם יצר הרע; און דאן איז שלהבת עולה מאלי'.

די מוסדות אין כפר חב"ד וואס איר שטיצט דורך אייער איבערגעבענער ארבעט, פירן דורך די דאזיקע אויפגאבע, און איר האט א גרויסן חלק און א גרויסן זכות אין דער שותפות. אבער ווי אין אלע זאכן פון גוטס און קדושה, וואו עס איז שטענדיק דא ארט צו מוסיף זיין, אזוי איז צו האפן, אז איר וועט מוסיף זיין אין אלע אייערע טעטיקייטן לטובת די מוסדות הק', וועלכע זיינען געגרינדעט געווארן, און ווערן אנגעפירט, אין דעם גייסט און דרך פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

דער אויבערשטער זאל העלפען אז איר זאלט מצליח זיין אין אייער ארבעט אין א שטייגענדער מאס, און זאל אויך באגליקן בטוב הנראה והנגלה, אייך און אייערע בני בית שיחיו, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נדפסה בלקו"ש חל"ג ע' 269 והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

Leave Feedback