ב"ה, ערב שבת מברכים חודש סיון, ה'תשכ"ה
ברוקלין, נ.י.
צו אלע אנטיילנעמער אין עם יערלעכן דינער פון ישיבת "אחי תמימים" ליובאוויטש, אין נוארק ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דער יערלעכער דינער קומט הייאר פאר אין דער וואך פון שבועות, זמן מתן תורתנו - דער ענד-ציל פון יציאת מצרים.
די דערמאנטע ימים-טובים, פסח און שבועות, באצייכנען די צוויי, צווישן זיך ענג-פארבונדענע, היסטארישע געשעענישן וועכלע האבן געשאפן אונזער אייביקן פאלק.
זייער אינערלעכע און שטענדיק-צייטלעכע באדייטונג באשטייט אין דעם וואס זיי ברענגען ארין די איבערלעבונגען און אויפלעבונגען וועלכע זיינען פארבונדן מיט די דערמאנטע געשעענישן - אין דעם פערזענלעכן, טאג טעגלעכן לעבן פון יעדן אידן, אין יעדן ארט און אין יעדער צייט.
די נקודה דערפון איז, אז "יציאת מצרים" די באפרייאונג פון פארשקלאפונג - סיי פון אינערלעכער פארשקלאפונג צו דער אייגענער מענטשלעכער נאטור, סיי באפרייאונג פון דער אויסערלעכער פארשקלאפונג צו דער סביבה ארום - קען דערגרייכט ווערן בלויז דורך תורה און מצוות, וועלכע באלייכטן דעם טאגטעגלעכן לעבנסוועג פון דעם פרט און פון דעם כלל.
הייאר קומט צו נאך א נקודה, אין דעם וואס מיר האבן אן עיבור-יאר די זאך פון אן עיבור-יאר איז צו פארזיכערן, אז די ימים טובים זאלן אויסקומען אין זייער ריכטיקער צייט; צום אלעם ערשטן פסח, וואס במילא וועט אויך שבועות (דער "50טער טאג פון ספירה") זיין אין דער ריכטיקער ציט, און אזוי אויך אלע אנדערע ימים טובים.
אבער ווי אלע ענינים אין תורה, וועכלע האבן אומצאליקע דערקלערונגען און אנווייזונגען, ווייל די תורה הק' איז אונענדלעך ווי דער נותן-התורה איז אין-סוף ברוך הוא, אזוי אויך דער ענין פון עיבור-יאר. איינע פון די אנווייזונגען פון עיבור-יאר איז, אז א איד דארף זיין א בעל הבית איבער זיין צייט און רעגולירן זיין צייט אין איינקלאנג מיט תורה. אויך די וועלטלעכע ענינים ווי זייען און שניידן (פסח אי די צייט פון גערשטן-שניט; שבועות - פון ווייץ-שניט) אא"וו, דארפן זיין פארבונדען מיט, "יציאת מצרים" - ניט צו זיין פארשקלאפט צו וועלט און צו נאטור, נאר אדרבה, זיין א בעל-הבית איבער זיי - מיט דעם כח פון תורה און מצוות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן צו אידן.
נאכמער: טאמער האט מען עפעס פארפעלט אין דער פארגאנגענער צייט, קען מען ניט נאר ממלא זיין, נאר אפילו אגרייטן אזאפאס אויף דער צוקונפט, ווי דאס ווערט אויך אנגעדייטעט דורך דעם ענין פון עיבור-יאר (אין דעם צוגעקומענעם חודש אדר).
דער אויבערשטער זאל געבן, אז דער הייארדיקער יערלעכער דינער זאל ברענגען צום אויסדרוק די דערמאנטע ענינים בא יעדן איינעם און איינער פון די אנטיילנעמער, און זייערע בני-בית, שיחיו; צו פארפעסטיקן די יסודות פון תורה ומצוות בא זיך אינדערהיים און אין דער סביבה ארום, ספעציעל דורך פארשטארקן און אויסברייטערן די ישיבה אחי-תמימים אין אייער שטאט.
מיט באגריסונג צו אלע חשובע געסט און אנטיילנעמער שיחיו ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
איבערלעבונגען און אויפלעבונגען: ראה גם לעיל חכ"ב אגרת ח'תקפב, ובהנסמן שם בהערה המתחלת "חוזרים הדברים".
עיבוד יאר: ראה גם לעיל אגרת ח'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.