7876 —7876

ב"ה, י"ב אד"ש, תשי"א — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ב אד"ש, תשי"א

ברוקלין.

שלום וברכה!

צו מיין צער, האב איך געהערט, אז, צייטנווייז, איז בא אייך אין שטוב ניט גאנץ דער שלום בית. איך וויל האפן אז עס איז ניט ריכטיג, אדער ווייניגסטנס נאר אריבערגייענד, און איר וועט מיר שרייבן וועגן דעם (אין וועלכער שפראך אייך איז אודאבנער).

בכל אופן, וויל איך אייך דערמאנען אז דער רבי, דער שווער זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געבענטשט אייער חתונה מיט אייר מאן שי' מיט א ברכת מזל טוב, דארפט איר מיט אייער מאן שיחיו זען זיין גוטע כלים אויף מקבל זיין די ברכה און האבן א ווארימע חסידישע הויז ובזרעא חייא וקיימא.

אין ערווארטונג פון גוטע בשורות פון אייך,

מ. שניאורסאהן

נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 45.

לתוכנה ראה גם אגרת הקודמת.

אודאבנער: יותר נוח.

Leave Feedback