7319 —7319

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ארי' שי'   ב"ה, כ"ט אייר, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ט אייר, תש"כ

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ארי' שי'

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון עש"ק אמור ושלאחריו.

און בא דער געלעגנהייט וועל איך נאך אמאל אונטערשטרייכען דעם נחת רוח וואס איך האב באקומען דורך האברך הנעלה באגאמילסקי שי' זיין הודעה, אז באם סדר של פסח זיינען בא אייך געווען מערערע מענשן, און פון פאר דעם, דעם איינארדנען דעם שטר מכירת חמץ, און אין דעם נוסח ווי מ'האט אייך געענטפערט אויף אייער פראגע ווי צו טאן דאס, ואשרי חלקו וואס איר האט דאס דורכגעפירט, סיי אין דעם קו פון סור מרע און סיי אין דעם קו פון ועשה טוב.

און אזוי ווי בימים ההם, דעם ערשטען פסח, איז דאס געווען די התחלה, דאס אפטרייסלען זיך פון מעשי ארץ מצרים, ווי באטאנט אין מיין מכתב הכללי לחג הפסח פון דעם יאר, און אזוי ווי אלע ימים טובים, ווערט דאך יעדער יאר אין זיין צייט, באנייט דער נתינת כח מלמעלה נאך אמאל און ווידער אמאל.

זאל דאס אויך זיין אזוי בא אייך, אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות, אז מ'שטייגט אין דעם, ביז דעם קיום פון תורה ומצות, ווי השם יתברך האט דאס אנגעזאגט באם געבען די תורה.

וואס אין דעם איז איינגעשלאסען, אז דאס זאל זיין מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.

בברכה לבשו"ט ולחה"ש שמוטו"ל.

נעם לי לקרות מש"כ ע"ד ראב"ע. ויש להוכיח דבמסיבת בני ברק בודאי כבר הי' ראב"ע נשיא, דאי לאו הכי - איך זה הושיבוהו באמצע והוא צעיר ביותר, דהרי כשנתמנה לנשיא הי' בן יח שנים ולהירושלמי - בן טז שנה!

קטע נדפס בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ע' קטז) והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מו"ה ארי': שפייזמן, בארבאדאס. אגרת נוספת אליו - לעיל ז'קנג.

שטר מכירת חמץ: לעיל אגרת ז'רמח.

Leave Feedback