7156 —7156

ב"ה, ט"ו טבת, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ט"ו טבת, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון נר הרביעי, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צושטאנד אין דעם שטודירען און עקזאמינעס, און די פערשידענע סברות וועגען דעם צוקונפט.

לויט ווי איך האב געשריבען לעצטענס, און אזוי דאכט זיך האט זיך אויך גערעט, ווען איר זייט געווען דא, אז נאכדעם ווי מ'טוט אריין אזויפיל כחות, צייט און ענערגיע און געלט אין א זאך, אין וואס עס זאל ניט זיין, מוז מען טאן אלס מעגליכע, צו אויסניצען דאס אויפן בעסטען אופן, און בפרט אז עס האנדעלט זיך וועגען א ענין, ווי איך פארשטיי פון אייער בריף, וואס דאס מערסטע [איז] שוין אויפגעטאן געווארען, איז דאך געוויס פארשטענדליך, אז מען דארף זיך משתדל זיין, צו פארענדיגען אויך דעם נאך איבערגעבליבענעם טייל, און די פריערדיקע זאל ניט גיין פארלארען.

פארשטענדליך, אז עס איז שווער צו אנווייזען איינצעלהייטען אין דעם, ווארום דאס היינגט פיל אפ אן פילע איינצעלהייטן, עקזאמינעס און מעגליכקייטען, אויך איז פארשטאנדיק, אז אויב מ'קען ניט באווייזען אויפטאן די גאנצע הונדערט פראצענט, איז דאך 90

בעסער ווי 80

און 80

בעסער ווי 70

, און לויט די מעגליכקייטען און משער זיין די כחות און דעם מצב ארום, אויסקלייבען דאס גרעסטע וואס מ'קען גרייכען נאך דער לאנג יאריגער אנשטריינגונג.

און געפינענדיג זיך מערערע יארען אויף דעם ארט, און שטייענדיג אין פארבינדונג מיט די פראפעסארן וועלכע קענען אייך, אויך מערערע יארען, און בפרט אז אויך אייער פרוי תחי' איז מיט אייך, וואס לויט מאמר חז"ל, אשתו כגופו דמיא, בעראטען זיך מיט זיי וועט אין דעם מקוים ווערען, ותשועה ברוב יועץ, אז איר זאלט באשליסען און טאן אין דעם, ווי בעסער איז אין אלע הינזיכטען.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און אייערע בני בית שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ויהי רצון, איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

בא דער געלעגענהייט, וויל איך אויפמערקזאם מאכען אייך, אויף דער תקנה, צו זאגען דעם שיעור תהלים (ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש) יעדער נאכן דאוונען אין דער פריה, און אין די וואכען טעג, פארן דאוונען אין דער פריה, צו געבען עטליכע פרוטות אויף צדקה, און אייער פרוי תחי' זאל אפהיטען דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער, צו געבען אויף צדקה, יעדער מאל פאר ליכט צינדען אין די ערבי שבתות וימים טובים, וואס דאס אלץ איז א צנור וכלי צו א תוספת ברכה מהשם יתברך.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

Leave Feedback