7106 —7106

צו דער ניו-יארקער פרויען קאמיטי לטובת דעם בית ספר מקצועי לנערות און דעם סמינר למורות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה תבנה ותכונן ה' עליהן תחיינה   ב"ה, ז' כסלו, ה'תש"כ — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ז' כסלו, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

צו דער ניו-יארקער פרויען קאמיטי לטובת דעם בית ספר מקצועי לנערות און דעם סמינר למורות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה תבנה ותכונן ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

דער באריכט פון אייער ארבעט, און די ידיעה וועגן דער אינסטאליישאן פייערונג פאר די ניינע באאמטע, מוצאי שבת קודש פ' ויצא, האט מיר פארשאפט

פארשטענדלעכע פרייד.

איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו די נייע באאמטע, מיט דער האפנונג, אז זיי צוזאמען מיט די פריערדיקע באאמטע און אלע מיט-גלידערינס, וועלן פארשטארקען און אויסברייטערן די ארבעט פון דער פרויען קאמיטי, און וועלען האבן א דערפאלגרייכן יאהר, ספעציעל נעמענדיק אין אכט, אז דעם יאהר ווערט 200 יאהר פון דער הסתלקות הילולא פון בעל שם טוב.

מיר האבן אפט געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אין נאמען פון אלטן רבי'ן בעל התניא, אז די געשעענישן פון דער וואך שפיגלען זיך אפ אין דער סדרה פון דער וואך און מען דארף זיך לערנען פון דער פרשת השבוע ווי צו פירן זיך אין דער באטרעפנדער וואך.

אין דער סדרה ויצא לערנען מיר ווי אזוי יעקב אבינו איז געקומען אין א פרעמד לאנד, האט דורכגעמאכט שווערע צייטן און נסיונות; ער האט זיך אבער פאר קיינע שוועריקייטן ניט דערשראקן און האט גראדע אין דער פרעמד אויפגעשטעלט דעם בית ישראל, וואו אלע קינדער זיינען געבליבן טריי דער טראדיציע פון די אבות, אברהם יצחק און יעקב. און דאס איז דערמעגלעכט געווארן אדאנק דעם, וואס די אידישע מאמעס, רחל, לאה, בלהה און זלפה, האבן געטאן אלץ וואס איז געווען אפהענגיק פון זיי צו פארזיכערן די גאנצקייט פון זייער היים און די צוקונפט פון זייער פאלק. אט דאס איז דער אינערלעכער זין פון דעם באגריף אז די אידישע פרוי איז די עקרת הבית, ניט נאר פון איר אייגענער היים נאר אויך פון גאנץ בית ישראל.

אזוי ווי מיר געפינען זיך אין דעם חודש פון חנוכה, וואס די מצוה און לערע פון חנוכה איז צו פארשפרייטען די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור אין אן אופן פון מוסיף והולך, יעדן טאג אלץ מער, זאל דער אויבערשטער מצליח זיין אייער ארבעט עס זאל שטייגן און וואקסן, און דאס וועט זיכער אויך ברענגען ג-ט'ס ברכות צו יעדער איינער פון די מיט-ארבעטארינס אויך אין אן אופן פון מוסיף והולך, עס זאל זיין ליכטיק און פריילעך אין אייערע היימען אין אלע הינזיכטן, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכת הצלחה.

וואס די אידישע מאמעס: ראה גם לעיל אגרת ז'קא.

Leave Feedback